אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פילץ"
שרגא (שמועס | ביישטייערונגען) ק (החלפת טקסט – "{{וויקידאטן|פאן בילד}}" ב־"") |
ק (החלפת טקסט – "אידישע יישובים" ב־"אידישע ישובים") |
||
(13 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.) | |||
שורה 1: | שורה 1: | ||
{{דעסקריפציע|שטעטל אין פוילן}} | |||
{{יישוב | {{יישוב | ||
|מדינה={{פאן פוילן}}|מטרופולין=|שנת מטרופולין=|הערת מטרופולין=|צפיפות=|שנת צפיפות= | |מדינה={{פאן פוילן}}|מטרופולין=|שנת מטרופולין=|הערת מטרופולין=|צפיפות=|שנת צפיפות= | ||
שורה 15: | שורה 16: | ||
פילץ ווערט ערשט דערמאנט אין אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט. פילץ האט באקומען רעכטן פון א שטאָט אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט. | פילץ ווערט ערשט דערמאנט אין אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט. פילץ האט באקומען רעכטן פון א שטאָט אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט. | ||
אין מיטן דעם 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט | אין מיטן דעם 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט חרוב געוואָרן דורך די שוועדן . ביי דער צעטיילונג פון פוילן צום סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן א טייל פון [[עסטרייך]], און אין 1815 איז זי אריינגענומען געווארן אין [[קאנגרעס פוילן]] . | ||
== פילצער | == פילצער אידן == | ||
דער ערשטער באריכט פון | דער ערשטער באריכט פון אידן אין שטעטל איז אין יאר 1581, און אין דעם 17טן יאָרהונדערט האט מען אויפגעשטעלט אַ [[שול]]. פון מיטן דעם 18טן יאָרהונדערט האט דאס שטעטל שוין געהאט אן ארגאניזירטע אידישע קהילה. אין די יארן 1760 ביז 1764 האָט פארזאמלט אין שטעטל דער [[וועד ארבע הארצות]]. במשך דעם 19טן יאָרהונדערט איז די צאָל אידן אין שטעטל געוואקסן, און זיי האָבן געשפּילט א גרויסע ראָלע אין איר [[אינדוסטריע|אינדוסטריעלער]] אנטוויקלונג. פון 1894 איז געווען אַ [[ציוניזם|ציוניסטישע]] טעטיקייט אין שטאָט. אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט האבן געוואוינט אין דער שטאט 2,688 אידן, וואס זענען געווען די מערהייט פון אירע איינוואוינער. | ||
ביים [[חורבן אייראפע|חורבן]] אייראפע איז די פיליצער קהילה געווארן אינגאנצן | ביים [[חורבן אייראפע|חורבן]] אייראפע איז די פיליצער קהילה געווארן אינגאנצן חרוב. | ||
=== רבנים פון שטעטל === | === רבנים פון שטעטל === | ||
שורה 31: | שורה 32: | ||
הרב אברהם צבי הירש פאצאנאָווסקי מחבר פון "ברית אברהם" (ביז [[ה'תקע"ב|תקע"ב]] ווען ער איז אריבער קיין [[פיעטרקאוו|פיעטרקאָוו]]), | הרב אברהם צבי הירש פאצאנאָווסקי מחבר פון "ברית אברהם" (ביז [[ה'תקע"ב|תקע"ב]] ווען ער איז אריבער קיין [[פיעטרקאוו|פיעטרקאָוו]]), | ||
הרב לוי יצחק (א [[קאצק ( | הרב לוי יצחק (א [[קאצק (חסידות)|קאָצקער]] חסיד, שפּעטער געדינט אין [[זדונסק|זדונסקאַ וואלע]] ) | ||
רבי יחיאל דאַנציגער, שפּעטער געווארן דער גרינדער פון [[ | רבי יחיאל דאַנציגער, שפּעטער געווארן דער גרינדער פון [[אלכסנדר (חסידות)|אלעקסאנדער חסידות]], | ||
רבי פינחס אליהו ראָטנבערג (פּלומעניק פונעם [[יצחק מאיר אלטער|חידושי הרי"ם]],, נפטר [[ה'תרס"ג|תרס"ג]], 1903), | רבי פינחס אליהו ראָטנבערג (פּלומעניק פונעם [[רבי יצחק מאיר אלטער|חידושי הרי"ם]],, נפטר [[ה'תרס"ג|תרס"ג]], 1903), | ||
[[רבי פינחס מנחם אלעזר יוסטמאן|רבי פינחס מנחם יוסטמאַן]] מחבר פון "שפתי צדיק",אן אייניקל פונעם חידושי הרי"ם (שפּעטער געצויגן קיין [[טשענסטכאוו]]). | |||
אין [[ה'תרפ"ד|תרפ"ד]] (1924) האט אנגעהויבן דינען ווי שטאָט'ס רב רבי ברוך קלונימוס הורוויץ-שטערנפעלד פון דעם כענטשינער הויף. ער איז געווארן דערמארדעט אין דעם חורבן אין יאר [[ה'תש"ב|תש"ב]] (1942). | אין [[ה'תרפ"ד|תרפ"ד]] (1924) האט אנגעהויבן דינען ווי שטאָט'ס רב רבי ברוך קלונימוס הורוויץ-שטערנפעלד פון דעם כענטשינער הויף. ער איז געווארן דערמארדעט אין דעם חורבן אין יאר [[ה'תש"ב|תש"ב]] (1942). | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | [[קאַטעגאָריע:שטעט און שטעטלעך אין פוילן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע | [[קאַטעגאָריע:אידישע ישובים אין אייראפע]] | ||
[[ | [[קאַטעגאָריע:אויף יידיש]] | ||
{{קרד/ויקי/יידיש}} | {{קרד/ויקי/יידיש}} | ||
[[he:פיליצה (עיירה)]] | |||
[[קאַטעגאָריע:וויקידאטא דעסקריפציע]] |
יעצטיגע רעוויזיע זינט 20:01, 10 פעברואר 2024
|
פילץ (פויליש : Pilica) איז א שטעטל אין דער זאוויערטשער גראפנשאפט פון שלעזיע אין פוילן, וואו א גרויסע יידישע קהילה האט עקזיסטירט ביזן חורבן.
געשיכטע פון דער זידלונג
פילץ ווערט ערשט דערמאנט אין אנהייב פונעם 12טן יארהונדערט. פילץ האט באקומען רעכטן פון א שטאָט אינמיטן דעם 16טן יארהונדערט.
אין מיטן דעם 17טן יאָרהונדערט איז די שטאָט חרוב געוואָרן דורך די שוועדן . ביי דער צעטיילונג פון פוילן צום סוף פונעם 18טן יארהונדערט איז די שטאט געווארן א טייל פון עסטרייך, און אין 1815 איז זי אריינגענומען געווארן אין קאנגרעס פוילן .
פילצער אידן
דער ערשטער באריכט פון אידן אין שטעטל איז אין יאר 1581, און אין דעם 17טן יאָרהונדערט האט מען אויפגעשטעלט אַ שול. פון מיטן דעם 18טן יאָרהונדערט האט דאס שטעטל שוין געהאט אן ארגאניזירטע אידישע קהילה. אין די יארן 1760 ביז 1764 האָט פארזאמלט אין שטעטל דער וועד ארבע הארצות. במשך דעם 19טן יאָרהונדערט איז די צאָל אידן אין שטעטל געוואקסן, און זיי האָבן געשפּילט א גרויסע ראָלע אין איר אינדוסטריעלער אנטוויקלונג. פון 1894 איז געווען אַ ציוניסטישע טעטיקייט אין שטאָט. אין אנהייב פונעם 20סטן יארהונדערט האבן געוואוינט אין דער שטאט 2,688 אידן, וואס זענען געווען די מערהייט פון אירע איינוואוינער.
ביים חורבן אייראפע איז די פיליצער קהילה געווארן אינגאנצן חרוב.
רבנים פון שטעטל
הרב יואב ראזנבוים (דער ערשטער)
הרב אלעזר לעוו מחבר פון ספר "שמן רוקח", פון תקל"ח (1778) - תקס"א (1800). הרב לעוו האָט אויך געפירט די ישיבה.
הרב יוסף ניימינץ, מחבר פון "מעשה חושב" (נפטר תק"ס, -1800),
הרב אברהם צבי הירש פאצאנאָווסקי מחבר פון "ברית אברהם" (ביז תקע"ב ווען ער איז אריבער קיין פיעטרקאָוו),
הרב לוי יצחק (א קאָצקער חסיד, שפּעטער געדינט אין זדונסקאַ וואלע )
רבי יחיאל דאַנציגער, שפּעטער געווארן דער גרינדער פון אלעקסאנדער חסידות,
רבי פינחס אליהו ראָטנבערג (פּלומעניק פונעם חידושי הרי"ם,, נפטר תרס"ג, 1903),
רבי פינחס מנחם יוסטמאַן מחבר פון "שפתי צדיק",אן אייניקל פונעם חידושי הרי"ם (שפּעטער געצויגן קיין טשענסטכאוו).
אין תרפ"ד (1924) האט אנגעהויבן דינען ווי שטאָט'ס רב רבי ברוך קלונימוס הורוויץ-שטערנפעלד פון דעם כענטשינער הויף. ער איז געווארן דערמארדעט אין דעם חורבן אין יאר תש"ב (1942).
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!