אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אלי גאלדשמידט"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 09:44, 22 נאוועמבער 2022
מדינה | ישראל | ||||
---|---|---|---|---|---|
פראקציע | ארבעט, ישראל אחת | ||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
| |||||
|
אלי ( אליעזר ) גאָלדשמידט (געב' דעם 17טן אקטאבער 1953) איז א געוועזענער כנסת דעפוטאט פון דער ארבעטס־פארטיי .
ביאגראפיע
ער איז אויפֿגעוואַקסן אין תּל־אָבֿיבֿ . אין דער ארמיי האָט ער זיך איינגעשריבן אין אַ קורס פון דעם ים פלאט און אין די מיליטער־רעזערוון האט ער געדינט ווי א קאַפּיטאַן אין דעם מיליטערישן פּראָקוראַטור . ער האט אַ מייסטער־דיפלאם אין געזעצן פון תל אביב אוניווערסיטעט, און ער איז אן אדוואקאט אין פאַך.
ער האט געדינט ווי א דעפוטאט אין די 13טע-15טע כנסת׳ן ( 1992 - 2001). ער איז געווען אַ מיטגליד פון דעם קאָנסטיטוציע קאמיטעט און דעם פינאַנץ קאָמיטעט, פארזיצער פון דערם כנסת קאָמיטעט, פארזיצער פון דער ארבעטס־פארטיי פראקציע אין דעם 14טן כנסת און פארזיצער פון דעם פינאַנץ קאַמיטעט אין דעם 15טן כנסת. אין דעם 13טן כנסת איז ער געווען א מיטגליד פון דעם קאמיטעט וואס קלויבט ריכטער. ער האָט רעזיגנירט נאָך די פרעמיער ־מיניסטער וואלן אין 2001, נאכדעם וואס ער איז מיאוס געוואָרן פון פאליטיק, האָט ער געזאָגט, נאָכדעם וואס ער האט געזען אז זיינע פארטיי מיטגלידער שטרענגען זיך נישט אן צו העלפן ביי די וואלן.
גאָלדשמיטט איז געהייראט, און דער פאטער פון דריי טעכטער.