אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:טערקיש"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 14: שורה 14:
[[קאַטעגאָריע:טערקיי]]
[[קאַטעגאָריע:טערקיי]]
[[קאַטעגאָריע:דייטשלאנד]]
[[קאַטעגאָריע:דייטשלאנד]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 17:02, 27 נאוועמבער 2022

טערקיש (Türkçe טירקטשע) איז א שפראך וואס מער ווי 77 מיליאן מענטשן רעדן אלס מוטער שפראך. מען רעדט טערקיש אין די לענדער טערקיי (אפיציעל), ציפערן (אפיציעל), איראק, בולגאריע, צפון-מאקעדאניע, גריכנלאנד און אלבאניע אחוץ פון טערקישע אויסלענדער געמיינדעס אין מערב אייראפע, ספעציעל אין דייטשלאנד.

מען פלעג שרייבן טערקיש מיטן אטאמאנישן שריפט, אבער זייט 1928 שרייבט מען מיט א וואריאנט פונעם לאטיינישן אלפאבעט; דאס איז געווען איינער פון די רעפארמען פון אטאטורק. טערקיש האט נישט קיין גראמאטישן מין. אויף טערקיש רעדט מען מיט דרך־ארץ צו א צווייטן אויף מערצאל (אזוי ווי אויף יידיש).

טערקיש אין איינע פון די טערקישע שפראכן וואס מען רעדט אין א ברייטן שטח פון אזיע.

דער נארמאלער סדר פון א זאץ איז סוביעקט, אביעקט, ווערב (אזוי ווי לאטיין).


פעלער: בילד איז אומגילטיג אָדער נישט פאַרהאַן

וויקיפּעדיע אויף טערקיש

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!