אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אינפלאציע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022

אינפלאציע 2019

אינפלאציע איז א מאס פון דער פארמערונג אין די פרייזן פון פראדוקטן און באדינונגען. דאס ווערט געמאסטן מיט א פרייזן אינדעקס. למשל אויב עס קאסט 10% מער צו קויפן די דורכשניטליכע פראדוקטן און באדינונגען, הייסט עס אז די אינפלאציע איז .10% על פי רוב האלטן עקאנאמיסטן אז הויכע אינפלאציע איז א תוצאה פון צו גרויס א געוואוקס אין דעם געלט אנבאט.

אינפלאציע איז איינע פון די הויפט איינפלוסן אויף דער עקאנאמיע. אויב אינפלציע איז צו הויך איז דאס שלעכט פאר די סטאביליזאציע פון דער עקאנאמיע. עס איז נארמאל און אויך גוט פאר אן עקאנאמיע ווען אינפלאציע פון יאר צו יאר איז אפאר פראצענט (בערך 1%-3%). דאס איז ווייל אויב מען ווייסט אז פרייזן וועלן שטייגן, האט מען אן אינטערעס צו קויפן סחורה היינט ענדערשט מארגן. מיט דעם ווערט מער אקטיווקייט אין דער עקאנאמיע.


וואס מיינט אינפלאציע?

איר האט שוין זיכער געהערט פון אן עלטערן מענטש רעדן וויפיל זאכן האבן געקאסט אין זיינע יונגע יארן. ער וועט אנווייזן אז ווען ער איז געווען א קינד האט א פלעשל מילך געקאסט 50 צענט, א רייד מיט א סיטי באס האט געקאסט א ניקל, א דאזען אייער 10 צענט, א נייע אויטא עטליכע טויזנט דאלאר, און א גאלאן בענזין בערך 30 צענט. היינט זענען די פרייזן פאר די אלע זאכן געוואקסן דראסטיש. א פלעשל מילך קאסט באלד דריי דאלאר, פארן מיט א סיטי באס איז $2.50, א דאזען אייער $1.99, א נייער אויטא $20,000, און א גאלאן בענזין איז העכער צוויי דאלאר.


וויאזוי פאסירט אינפלאציע?

עס איז אנגענומען דורך עקאנאמיסטן היינטיגע צייטן, אז די עיקר אורזאך פארוואס אינפלאציע פאסירט איז ווייל די געלט אנבאט שטייגט, למשל אויב עס איז יעטצט דא צען מאל מער דאלארן ווי הונדערט יאר צוריק, קאסטעט אלץ צען מאל מער.

א גרינגער וועג צו פארשטיין איז דער פאקט אז אמאל איז געלט געווען די ווערט פון גאלד וועלכע איז געליגן אין די קעלערן פון די פעדעראלע רעזערוו. צומאל האבן מענטשן אנגעהויבן זארגן אז די רעגירונג און בענק האבן מער נישט גענוג גאלד וואס מיינט אז נישט יעדער קען איינקעשן זיין געלט פאר גאלד. אין אזא פאל וועט די ווערט פון די דאלער פאלן ווייל אויב דאס איז ריכטיג די סיטואציע וועט מען באקומען ווייניגער גאלד פאר יעדע דאלאר און די ווערט פון די דאלאר איז געפאלן אין מענטש'נס אויגן.

היינט איז מער נישט פאראן קיין גאלד פאר געלט און די פאפירענע געלטער זענען נאר ווערט וויבאלד מענטשן באטראכטן דאס אלס עפעס וואס איז ווערט. מיט דער צייט פארלירט געלט איר חשיבות פונקט ווי יעדע אנדערע זאך אין די וועלט פון וועלכע מען האט אסאך. געלט ווערט גע'האנדעלט דורך מענטשן פונקט ווי סטאקס אויפ'ן סטאק מארקעט און ווען אינוועסטירער באטראכטן דעם אמעריקאנער דאלאר אלס ווייניגער ווערט וועט דער דאלאר פאלן אין ווערט קעגן אנדערע וואלוטע און אמאל גייט עס פארקערט.

איינמאל געלט פארלירט איר ווערט וועט דאס מיינען אז סוחרים וועלן פארלאנגען מער געלט פאר וואס זיי פארקויפן און ארבייטער וועלן דארפן מער באצאלט ווערען.

ביז בערך דעם יאר תש"ל פלעגט מען מסביר זיין אינפלאציע דורך אנדערע וועגן, ווי דורך סופליי און פארלאנג פאר פראדוקטען, אבער דאס איז נישט מער אונגעמען דורך עקאנאמיסטען.

וויאזוי מעסט מען אינפלאציע?

אמאל האט נאר די רעגירונג געמאסטן אינפלאציע אין לאנד אבער היינט ווערט דאס אויך געטאן דורך לעיבאר יוניאנס און צייטשריפטן. די וועג וויאזוי מען מעסט דאס איז געווענליך דורך צוזאמעננעמען א רייע פראדוקטן פון פארשידענע קאטעגאריעס און מען זעט וואס דער חילוק אין פרייז פון א צייט אפשניט. די פראדוקטן דארפן ארייננעמען אלע הויפט קאטעגאריעס און אין יעדע פון זיי דארף באטראכט ווערן דער טויש אין פרייז און אויב דער פראדוקט איז געטוישט געווארן דארף מען אויסרעכנען וועלכע טייל איז טייערער געווארן. צום ביישפיל אויב מען וועט קוקן דער חילוק אין פרייז פון די זעלבע מאדעל אויטא פון 2 יאר צוריק און היינט וועט דער פרייז געוויס זיין טייערער אבער טיילמאל וועט מען אינעם נייעם מאדעל באקומען עטליכע נייע טעכנאלאגיעס וועלכע האט אויך געהאלפן מאכן דעם אויטא טייערער. אין אזא צייט וועט מען דארפן רעכנען אויב דער אויטא איז נאך אלץ טייערער נאכ'ן אראפרעכנען די נייע זאכן. דאס זעלבע איז מיט סערוויסעס און אלע אנדערע פראדוקטן. אינפלאציע מעסטונגן זענען אבער קיינמאל נישט פונקטליך און קען נישט זיין פונקטליך וויבאלד די ווערט פון אינפאלציע וועט זיך בעיקר ווענדן לויט די וואג וואס מען האט געגעבן פאר יעדע פראדוקט באזונדער און נישט שטענדיג איז דאס די ריכטיגע רעפרעזענטאציע. א צווייטע פראבלעם איז וויבאלד מען וועט רעכנען פראדוקטן לויט א דורכשניטליכע פרייז פון אלע ראיאנען אין לאנד וואס גיט נישט די ריכטיגע ציפערן זינט איין ראיאן קען זיין פיל אנדערש ווי א צווייטע לויט איר סופליי און פארלאנג. אין אמעריקע ווערט אינפאלציע געמאסטן לויט די רעזולטאטן פון עטליכע עקאנאמישע אינדעקסעס וועלכע ווערן פובליצירט יעדן מאנאט. זיי זענען: די קאסט אוו ליווינג אינדעקס. דאס איז א סך הכל אינדעקס וועלכע מעסט וואס עס קאסט דאס לעבן פאר דעם דורכשניטליכן מענטש. די קאנסומער פרייז אינדעקס. דער אינדעקס מעסט א רייע פראדוקטן וועלכע דורכשניטליכע מענטשן קויפן יעדן מאנאט און מען זעט וואס די פרייזן האבן זיך געטוישט אין א געוויסע צייט אפשניט. די רעזולטאטן פון דעם אינדעקס ווערט אפט גענוצט דורך לעיבאר יוניאנס און סתם ארבייטער וועלכע פארלאנגן צו פארמערן זייערע געהאלטן לויט די פראצענט וואס די קאנסומער פרייס אינדעקס וואקסט ווייל דאס מיינט אז דאס לעבן איז געווארן טייערער און געהאלטן דארפן שטימען דערמיט. די פראדוצירער פרייז אינדעקס. דער אינדעקס מעסט די פרייזן וועלכע ווערן באצאלט צו די פראדוצירער. פארשטייט זיך אז די פרייזן זענען אנדערש ווי די קאנסומער פרייז אינדעקס וויבאלד עס נעמט אריין פראפיטן, שטייערן, און סובסידאציעס וועלכע מאכט דעם פרייז אנדערש ווי דאס וואס דער קאנסומער האט באצאלט און טייל ווילן זאגן אז דאס איז א בעסערע וועג פון מעסטן דער פרייז פון פראדוקטן. די האלסעיל פרייז אינדעקס. דאס איז די זעלבע זאך ווי די פראדוצירער פרייז אינדעקס מיט'ן אויסנאם אז די אינדעקס מעסט די פרייזן פון א רייע פראדוקטן וויפיל עס קאסט ווען מען קויפט עס האלסעיל. די אינדעקס ווערט גענוצט שטערקער צו מאכן די פראדוצירער פרייז אינדעקס דורך פארגלייכן די חילוקים אין פרייזן אין די צוויי קאטעגאריעס. די קאמאדיטיס פרייז אינדעקס. דאס מעסט די פרייזן פון פארשידענע קאמאדיטיס וואס ווערן געהאנדעלט אין עפעקטירן די עקאנאמיע דאס מערסטע. אמאל נוצט מען מערערע קאמאדאטיס און אמאל וועט גאלד זיין גענוג ווייל מיט דעם גייט מיט אסאך אנדערע מעטאלן. אויסער די אלע הויפט אינדעקסעס איז פאראן א רייע אנדערע אינדעקסעס וועלכע ערשיינען נאר פון צייט צו צייט און ווערן צוגעלייגט צו די אינפלאציע חשבונות. געווענליך וועט מען דארפן באטראכטן אלע אינדעקסעס פאר עטליכע מאנאטן נאכאנאנד צו קענען באקומען דעם סך הכל בילד ווי אינפלאציע שטייט. אבער טיילמאל איז בלויז איין אינדעקס גענוג אויב עס איז פאראן א שטארקע טויש וועלכע איז א צייכן אז עפעס דראסטיש גייט פאר. עקאנאמיסטן און לעביאר יוניאנס באטראכטן ביידע די רעזלוטאטן און באשטעטיגן זיי אויב זיי זענען צופרידן. אויב נישט וועט מען מוזן איבערמאכן די חשבונות אויף אנדערע וועגן ווילאנג יעדער וועט זיין צופרידן.

וויאזוי באקעמפט מען אינפלאציע?

ווי געזאגט אינפלאציע פאסיערט בעיקר דורך די סופליי פון די וואלוטע.דעריבער ווען מען פארקלענערט די סופליי פון די וואלוטע ברענט עס אראפ אינפלאציע. די הויפט מעטאד צו באקעמפן אינפלאציע איז צו הייבן די אינטערעסט ראטעס וועלכע פארקלענערט די סופליי פון די וואלוטע אין דאס ווועט הייבן די ווערט פון די וואלוטע און זאכן וועלן באלד ביליגער ווערן זינט די וואלוטע איז מער ווערט.

אינטערעסט ראטעס ווערן אין אמעריקע באשטימט דורך די פעדעראלע רעזערוו אין זיי גייען אין רעדלעך. מען נידערט די אינטערעסט ראטעס און ווען דאס ווערט א פראבלעם העכערט מען דאס צוריק און ווען דאס ווערט א פראבלעם נידערט מען צוריק און אזוי גייט עס הין און צוריק צו האלטן די עקאנאמיע סטאביל.

אין אמעריקע'ס יעצטיגער ביישפיל האט די נידעריגע אינטערעסט ראטעס אסאך צוגעהאלפן צו הייבן די אינפלאציע און די פעדעראלע רעזערוו האט שוין מיט עטליכע מאנאטן צוריק אנגעהויבן ארויפציען די אינטערעסט ראטעס צעביסלעך און פלאנט צו גיין ווייטער נאך עטליכע מאל. ווען די עקאנאמיע איז אויף צרות רוקט מען אראפ די אינטערעסט ראטעס ווייל דאס מיינט אז מענטשן האבן נישט קיין געלט און מיט דעם גיט מען זיי א געלעגנהייט צו קויפ'ן הייזער און ארויסנעמען הלוואות צו עפענען ביזנעסער. דאס איז געווען דער פאל נאך די סעפטעמבער 11 אטאקעס ווען די עקאנאמיע האט געליטן א שטארקע נידערלאגע. אבער מיט דעם וואס מען נידערט אראפ די אינטערעסט ראטעס מאכט מען אויטאמאטיש פארלירן די ווערט פון וואלוטע ווייל מיט נידעריגע אינטערעסט ראטעס זענען פאראן ווייניגער מענטשן וואס אינוועסטירן געלט און געלט פארלירט איר ווערט אין די אויגן פון מענטשן. דאס קען אזוי אנגיין א לאנגע צייט ווילאנג עס הייבט אן ווערן א פראבלעם וועלכע איז אנגעקומען דעם פארגאנגענעם יאר און האט דעגרייכט איר קלימאקס מיט די האריקעינס דעם געוועזענעם זומער. יעצט רוקט מען צוריק ארויף די אינטערעסט ראטעס און דאס וועט מאכן מער מענטשן צו באקומען אינטערעסע אין די אמעריקאנער וואלוטע און וועלן דארט אינוועסטירן וואס וועט געבן א ווערט אין די אויגן פון מענטשן. דאס וועט הייבן די וואלוטע קעגן אנדערע וואלוטעס און פרייזן פון אימפארטן וועלן ווערן ביליגער און ווייטער וועלן די פרייזן פאר די קאנסומער ווערן ביליגער און אלעס וועט זיין געהאלפן. דאס וועט פשטות אזוי אנהאלטן ביז עס וועט קומען די נעקסטע רעסעסיע וואס דעמאלט וועט מען מוזן צוריק אראפרוקן די אינטערעסט ראטעס כדי מענטשן זאלן קענען בארגן געלט. עס זענען אויך פאראן אנדערע מער עקסטרעמע וועגן וויאזוי די רעגירונג קען אפהאלטן אינפלאציע דורך קאנטראלירן פרייזן און שניידן פראדקוציע איבער געוויסע זאכן. אבער די סארט מעטאדן נוצט מען נאר אין עמוירדזשענסי פעלער ווען אנדערע זאכן ארבעטן נישט.