אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:דוד קוסעוויצקי"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 27: | שורה 27: | ||
[[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]] | [[קאַטעגאָריע:ליטווישע יידן]] | ||
[[קאַטעגאָריע:מענטשן פון ניו יארק]] | [[קאַטעגאָריע:מענטשן פון ניו יארק]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 12:28, 27 נאוועמבער 2022
דוד קוסעוויצקי (ה' טבת תרע"א 1911 - י"ג אב תשמ"ה 1985) איז געווען א חזן אין פוילן, ענגלאנד און אמעריקע.
ביאגראפיע
דוד קוסעוויצקי איז געבוירן ה' טבת תרע"א אין סמארגאן, ליטע (היינט בעלארוס).
ער האט צוערשט געדינט אין דעם כאר פון זיין ברודער משה אין ווילנע צוזאמען מיט זיין ברודער שמחה, דערנאך איז געווארן דיריגענט פאר זיין ברודער יעקב אין לעמבערג און דערנאך פאר זיין ברודער שמחה אין ראוונע.
ווען שמחה איז געגאנגען ווערן חזן ערגעץ אנדערש האט מען אים אויפגענומען אלס הויפט-קאנטאר אין ראוונע. דריי יאר שפעטער האט ער אנגענומען אן איינלאדענונג פון דער הענדאנער שול, א בארימטע קהילה אין לאנדאן, ענגלאנד.
צוועלף יאר איז ער דארט געווען חזן ביז ער האט אימיגרירט צו די פאראייניגטע שטאטן אין 1948 וואו ער איז געווען חזן אין טעמפל עמנואל אין בארא פארק ביז זיין פטירה.
דוד קוסעוויצקי האט אסאך געזונגען אויף קאנצערטן. ער איז געווען בארימט מיט זיין מאכן אינטרעסאנטע טעראפי מיט זיין שטימע אינמיטן זינגען, מיט זיין זינגען יודישע לידער און מיט זיין חוש פון הומאר.
ער איז געווען דער יונגסטער פון די פיר ברידער קאסעוויצקי, אלע חזנים.
קאמפאזיציעס
- וכל החיים
רעפערענצן
- דוד קוסעוויצקי (פון דזשעפרי שיסלער) (ענגליש)
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!