אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:באבראווי קוט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קרדיט + קטגוריות)
שורה 17: שורה 17:


[[קאַטעגאָריע:דערפער אין אוקראינע]]
[[קאַטעגאָריע:דערפער אין אוקראינע]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]
{{קרד/ויקי/יידיש}}

רעוויזיע פון 01:41, 27 נאוועמבער 2022

 

47°5′54″N 32°56′42″E / 47.09833°N 32.94500°E / 47.09833; 32.94500 מאפעס, בילדער פון דער הייעך און נאך אינפארמאציע אויף דעם ארט באָבראָווי קוט (אוקראַיִניש: Бобровий Кут) איז אַ דאָרף אינעם וועליקאָאַלעקסאַנדראָווסקער ראַיאָן פון דער כערסאָנער געגנט פון אוקראַיִנע.

געשיכטע

דאָס דאָרף איז געגרינדעט געוואָרן אין 1807 דורך ייִדישע איבערוואַנדערער פון ווײַסרוסלאַנד. דאָס איז געווען איינע פון די ייִדישע לאַנדווירשאַפטלעכע קאָלאָניעס, וועלכע האָבן עקזיסטירט דעמאלט אין דער כערסאָנער גובערניע פון דער רוסלענדישער אימפּעריע. באַנאַנד מיט די ייִדן האָבן אין באָבראָווי קוט געלעבט דײַטשן. אין דער קאָלאָניע זײַנען געווען אַ ייִדישער בית-מדרש און אַ דײַטשישע לוטעראַנישע קירכע. לויט די אָנגאַבן פונעם 1886טן יאָר זײַנען אין דער קאָלאָניע געווען 40 משפחות (206 נפשות). אין 1927 איז געגרינדעט געוואָרן דער קאַלינינדאָרפער יידישער אויטאָנאָמער ראַיאָן און באָבראָווי קוט איז אײַנגעשלאָסן געוואָרן אין זײַן באַשטאַנד. די ייִדישע באַפעלקערונג פון דער קאָלאָניע איז פאַרניכטעט געוואָרן בעת דער נאַציסטישער אָקופּאַציע, די אַרטיקע דײַטשן זײַנען דעפּאָרטירט געוואָרן דורך די סאָוועטישע מאַכט-אָרגאַנען. הײַנט-צו-טאָג איז באָבראָווי קוט באַפעלקערט איבערהויפּט מיט אוקראַיִנער.

לויט די אָנגאַבן פון דער אוקראַיִנישער פאַלקס-ציילונג פון 2001 האָט די באַפעלקערונג פונעם דאָרף באַטראַפן 605 נפשות, איבערהויפּט אוקראַינער. אין סוף 2014 האבן אין באבראווי קוט געוווינט צוויי יידן. עס האט זיך אפגעהיט א רואינירטע געביידע פונעם בית-מדרש. דער יידישער בית-עלמין איז פארניכטעט געווארן אינעם סאוועטישן פעריאד.

באַוווּסטע פּערזאָנען פאַרבונדן מיט באָבראָווי קוט

  • אין 1860 איז אין באָבראָווי קוט געבוירן געוואָרן דער ייִדישער דיכטער שמעון שמואל פרוג.


וועבלינקען

דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!