אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אריה לייב העלער"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 25: | שורה 25: | ||
[[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]] | [[קאַטעגאָריע:גאליציאנער רבנים]] | ||
[[קאַטעגאָריע:כהנים]] | [[קאַטעגאָריע:כהנים]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 01:14, 27 נאוועמבער 2022
רבי אריה לייב הכהן העלער (ה'תק"ה (1745), קאלוש - י"ט טבת ה'תקע"ג (1812), סטרי) איז געווען אב"ד פון סטרי און האט מחבר געווען דעם "קצות החושן".
ר' אריה לייב איז געבוירן אין ה'תק"ה אין קאלוש, אסט-גאליציע (היינט אוקראינע).
זיין ברודער: ר' יהודה כהנא (בעל קונטרס הספקות ותרומת הכרי). פון זיינע תלמידים: ר' אריה ליבוש ליפשיץ (בעל שו"ת אריה) ור' אשר ענזיל צוזמיר (בעל שו"ת מהריא"ז).
זיין זיידע איז געווען אן אייניקל פון בעל תוספות יום טוב האט זיך געצויגן פון רוסלאנד קיין קאלוש אין געגענט פון סטאניסלאוו אין גאליציע. דארטן האט משדך געווען זיין זון – ר' יוסף, מיט א ארימער טאכטער, אין מיט דער עצה פון ר' חיים צאנזער, האבן מאן און ווייב געבליבן וואוינען אין דעם הויז פון זייערע באזונדערע עלעטרן. אין יאר ה'תק"ה איז געבוירן ר' אריה וואס איז געגאנגען וואוינען אין הויז פון זיין טאטן אבער זיין ברודער – ר' יהודה, איז געבליבן וואוינען מיט דער מאמע.
אין זיין יוגנט האט ער געדינט אלס רב אין שטאט ראזינטאב. ער האט געלעבט מיט מורה'דיגער ארימקייט און דחקות . און ווינטער איז ער געזיצן א גאנצן טאג אין בעט צוגעדעקט פון די שרעקליכע פראסט, און געשריבן זיין ספר "קצות החושן". נאך דעם וואס ער האט גענדיגט שרייבן דעם ספר איז ער אנגעקומען צו ר' צבי הירש צו נעמען זיין הסכמה. ר' צבי האט געקווענקלט אים צו געבן די הסכמה, און אים פארבעטן ער זאל צוריקקומען אויף מארגענס. ר' אריה איז דאן געווען רב פון סטרי. צומארגענס הערט ער ווי דער גבאי פון בית המדרש ליידנט איין דעם ציבור צו אן הכנסת ספר תורה וואס וועט ארויסגיין פון הויז פון ר' צבי. אזוי ווי ר' אריה האט זיך דערנענטערט צו ר' צבי כדי אים צו קושן דעם העמד, האט ר' צבי אויפגעהויבן די עק פון זיין העמד און צו אלעמענס וואונדער איז דאס געווען דער כתב היד פון ר' אריה – "קצות החושן".
פאר זיין הסתלקות אין יאר ה'תקע"ג האט ער געדינט אלס רב אין סטרי, דארטן האט ער אויך געפירט א ישיבה.
פון זיינע ספרים: • אבני מילואים: אויף שולחן ערוך אבן העזר. • משובב נתיבות. • קצות החושן. • שב שמעתתא.
וועבלינק
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!