אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אייראזאנע"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:43, 22 נאוועמבער 2022
די אייראזאנע איז די גרופע פון לענדער אינעם אייראפעישן פארבאנד וואס האבן אדאפטירט די איירא (€) ווי זייער וואלוטע. דער אייראפעישער צענטראלבאנק איז פאראנטווארטלעך צו פארוואלטן מיטן אנבאט פון געלט אין דער אייראזאנע. פאליטישע באשלוסן וועגן דעם איירא זענען די געביט פון דער "איירא גרופע", וואס באשטייט פון פארטרעטער פון די לענדער אין דער אייראזאנע.
מיטגלידער
די אייראזאנע האט 19 מיטגלידער:
גרינדונג מיטגלידער דעם 1טן יאנואר 1999
1 איטאליע
2 אירלאנד
3 בעלגיע
4 דייטשלאנד
5 האלאנד
6 לוקסעמבורג
7 עסטרייך
8 פארטוגאל
9 פינלאנד
10 פראנקרייך
11 שפאניע
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2001
12 גריכנלאנד
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2007
13 סלאוועניע
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2008
14 מאלטא
15 ציפערן
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2009
16 סלאוואקיי
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2011
17 עסטלאנד
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2014
18 לעטלאנד
מיטגעטיילט דעם 1טן יאנואר 2015
19 ליטע
אחוץ דעם זענען פאראן אנדערע לענדער אינדרויסן פונעם אייראפעישן פארבאנד וואס ניצן דעם איירא, אבער זיי געהערן נישט צו דער אייראזאנע.
מוסטער:אייראפע-געא-שטומף