אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אדא"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קרדיט + קטגוריות) |
||
שורה 60: | שורה 60: | ||
[[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין סערביע]] | [[קאַטעגאָריע:שטעטלעך אין סערביע]] | ||
[[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | [[קאַטעגאָריע:אידישע יישובים אין אייראפע]] | ||
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]] | |||
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]] | |||
{{קרד/ויקי/יידיש}} |
רעוויזיע פון 12:30, 25 נאוועמבער 2022
|
אַדאַ (סערביש: Ада, Ada; אונגאריש: Ada) איז א שטעטל אין וואויוואדינע פראווינץ, סערביע, נאענט צום טיסא טייך, 11 ק"מ צפון פון פעטראוואסעלע, און 16 ק"מ דרום פון זענטא. דאס שטעטל האט א באפעלקערונג פון 10,546, 77% פון זיי אונגארישע.
די ייִדישע קהילה פון אַדאַ איז געגרינדעט געווארן אין 1790. אין 1869, די קהילה האָט געגרינדעט אַ שול אין צענטרום פון שטאט. יידען האבן געהאט פילע גרויס פירמע אין אדא, צום ביישפיל דער מיל פון דער מילנער הובערט. אין תרפ"א האבן געוואוינט דארטן 371 יידן.[1] אין די יארן פארן קריג איז דארטן געווען רב הרב יעקב (היילברוין) בעמח"ס שו"ת מגילת סדרים, זון פון אמאליגן זענטער רב הרב יצחק היילברוין (היילפרין), ער איז אומגעקומען ווען עס איז געווען דארטן אומרוען אין שנת תר"ט (לערך א הונדערט זעכציג יאר צוריק) און עס איז איבערגעבליבן פון אים שיינע דורות צווישן זיי די באקאנטע משפחת היילברוין.
אין די יארן פאר דער צווייטער וועלט-מלחמה איז געווען רבי חיים הערש פרידמאן דער שוחט אין אַדאַ. ר' חיים הערש פרידמאן איז געהרגעט געווארן דורך די נאציס, קורץ פאר די מלחמה האט זיך געענדיקט.[2]
רעפערענצן
- ↑ "אדא", אויף "JewishGen" (ענגליש)
- ↑ עס זענען פיר עדות-בלעטער וועגן ר' חיים הערש פרידמאן אויף דעם וועבזייטל פון "יד ושם", "המאגר המרכזי של שמות קרבנות השואה": חנה ויזל, אסתר אוביץ, בערטא ראזנבערג, דינה פערל.
וועבלינקען
- אונגעריש-יידיש ענציקלאפעדיע (Magyar zsidó lexikon), בלאט 7, "Ada".
- מעדיע וועגן אדא אויף וויקיקאמאנס
- רשימת פון יידישע קרבנות פון אדא, די דאטאבעיס פון יד ושם
- Aleksandra Terzić ,Željko Bjeljac, The extermination of jewish population and heritage in BAČKA region of ap vojvodina-serbia (ענגליש)
- יידן פון 'באטשקע', אויף "יד ושם" וועבזייטל
- דאס דענקמאל פאר די צווייטע וועלט קריג קרבנות פון אדא, די דאטנבאזע פון יד ושם
דאס איז נישט קיין המכלול ארטיקל, בלויז עפעס וואס ליגט דא ביז עס וועט ערזעצט ווערן מיט בעסערס. שרייבט עס איבער!