אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אויל אויסגיסונג"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

אן אויל אויסגיסונג פאסירט געווענליך אויפן וואסער ווען א טאנקיר שיף ווערט געשעדיגט און דאס אויל רינט ארויס. דאס איז א זאך וואס פאסירט אפט צוליב די טויזנטער שיפן וואס קומען און גייען אויפן אטלאנטיק.

גרעסטע אויל אויסגיסונגען

אט זענען די גרעסטע אויל אויסגיסונגען אין דער היסטאריע:

מערץ 1967 – 35 מיליאן גאלאנען אויל זענען אויסגעגאסן געווארן פון א טאנקיר שיף נעבן קארנוואל, ענגלאנד.

יוני 968' – 11 מיליאן גאלאנען זענען אויסגערינען פון א פראסעסינג פלענט.

דעצעמבער 972' – 31 מיליאן גאלאנען זענען אויסגערינען ווען צוויי טאנקיר שיפן האבן זיך צוזאמענגעשטויסן נעבן תימן.

מאי 976' – 22 מיליאן גאלאן זענען ארויפגעשווימען אויפ'ן אויבערפלאך פון א זינקנדיגע שיף אין לא קארונא, שפאניע.

דעצעמבער 976' - 7.5 מיליאן גאלאן פון אן אויפרייס ביי א רעפיינערי אין מערילענד.

פעברואר 977' - 30 מיליאן גאלאן ווען א טאנקיר שיף האט באקומען א לאך און אויפגעריסן נישט ווייט פון האוואי.

אפריל 977' – 81 מיליאן גאלאן ווען אן אויל פעלד האט אויפגעריסן אינעם צפון ים אין אייראפע.

מערץ 978' - 86 מיליאן גאלאן פון א זיקנדיגע זיף אין בריטעני, פראנקרייך.

יוני 979' – 180 מיליאן גאלאן ווען אן אויל קוואל האט אויפגעריסן אין די גאלף אוו מעקסיקא.

יולי 979' – 111 מיליאן גאלאן ווען צוויי טאנקיר שיפן האבן זיך צוזאמענגעשטויסן אין די קאריביען אינזלן.

פעברואר 983' – 180 מיליאן גאלאן פון אן אויפרייס אין אן אויל קוואל אינעם פערסישן גאלף.

אוגוסט 983' – 75 מיליאן גאלאן פון א פייער אויף א טאנקיר שיף אין צפון אפריקע.

מערץ 989' – 11 מיליאן גאלאן עקסאן וואלדעז שיף נעבן אלאסקא.

יוני 989' – 19.5 מיליאן גאלאן פון א פייער אויף א טאנקיר שיף אויף די קאנארי אינזלן, שפאניע.

יאנאואר 991' – 240 מיליאן גאלאן וועלכע איראקער קעמפער האבן בייזוויליג אויסגעגאסן ענדע קריג.

יאנואר 993' – 39 מיליאן גאלאן ווען א טאנקיר האט געזינקן אין שעיטלענד, סקאטלענד.

פעברואר 996' – 19 מיליאן גאלאן אויך פון א טאנקיר זינקונג אין וועילס.

נאוועמבער 02' – 10 מיליאן גאלאן פון א שפאנישע שיף וועלכע האט זיך איינגעברעכן פון שטארקע וואלן נישט ווייט פון גאליסיא, שפאניע.