אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי אהרן טייטלבוים (וואלאווע)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

רבי אהרן טייטלבוים הי"ד (אלול ה'תרמ"א - ג' סיון ה'תש"ד), רב אין וואלאווע.

אפשטאם

רבי אהרן איז געבוירן אין אלול ה'תרמ"א, צו זיין פאטער הרב ישראל יעקב יוקיל טייטלבוים רב אין וואלאווע, א זון פון הרב שמואל טייטלבוים רב אין גארליץ, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת הענדל א טאכטער פון זיין פעטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב.

רבנות

אין יאר ה'תרס"ה האט זיין פאטער געשטעלט רבי אהרן אלס ראש בית דין פון וואלאווע, נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תרפ"ד איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן רב אויף זייין פאטער'ס ארט. נאך זיין ברודער רבי נפתלי'ס פטירה איז רבי אהרן אויפגענומען געווארן רב אין נירבאטור.

רבי אהרן איז געווען באקאנט אין זיין קאמף קעגען די ציוניסטישע באוועגונג, און א קעגנער פון דעם געדאנק פון דער אגודה.

הסתלקות

רבי אהרן איז אומגעקומען אויף קידוש השם ג' סיון ה'תש"ד הי"ד.

פאמיליע

רבי אהרן האט געהייראט מרת חיה, א טאכטער פון הרב שמואל באב"ד, רב אין ווישניא. זייערע קינדער:

  • מרת רייצא הי"ד ( - ח' סיון ה'תש"ד), די ווייב פון הרב יחיאל מיכל ניסן גראס ( - כ"ט תמוז ה'תרח"ץ), דיין פון אודווארי, א זון פון הרב רפאל גראס רב אין בערבעשט. זייערע קינדער:
    • הענדל הי"ד... רפאל הי"ד... יקותיאל יהודה הי"ד... רויזא בלימא הי"ד... ביילא הי"ד... שמואל הי"ד.
  • הרב חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים, וואלאווער רב פון ניו יארק.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר