אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:תרומה גדולה"
ק (Bot: Migrating 3 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2071112 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022
תרומה גדולה איז א מצווה אין דער תורה צו געבן א כהן א טייל פון דעם שניט. ביז מען שיידט תרומה פון דעם שניט הייסט ער טבל. אפטמאל ווען מען זאגט "תרומה" מיינט מען "תרומה גדולה".
תרומה אין דער תורה
די תורה דערמאנט אין עטלעכע ערטער דעם פליכט צו געבן תרומה גדולה. אין ספר במדבר פרק י"ח, פסוקים ח'-כ', רעכנט אויס די תורה די מתנות וואס די כהנים צוליב דעם וואס זיי טון די עבודה אין דעם בית המקדש:
וַיְדַבֵּר יְהוָה אֶל-אַהֲרֹן וַאֲנִי הִנֵּה נָתַתִּי לְךָ אֶת-מִשְׁמֶרֶת תְּרוּמֹתָי, לְכָל-קָדְשֵׁי בְנֵי-יִשְׂרָאֵל לְךָ נְתַתִּים לְמָשְׁחָה וּלְבָנֶיךָ לְחָק-עוֹלָם ... וְזֶה-לְּךָ תְּרוּמַת מַתָּנָם לְכָל-תְּנוּפֹת בְּנֵי יִשְׂרָאֵל לְךָ נְתַתִּים וּלְבָנֶיךָ וְלִבְנֹתֶיךָ אִתְּךָ לְחָק-עוֹלָם, כָּל-טָהוֹר בְּבֵיתְךָ יֹאכַל אֹתוֹ. כֹּל חֵלֶב יִצְהָר וְכָל-חֵלֶב תִּירוֹשׁ וְדָגָן רֵאשִׁיתָם אֲשֶׁר-יִתְּנוּ לַיהוָה לְךָ נְתַתִּים ... כֹּל תְּרוּמֹת הַקֳּדָשִׁים אֲשֶׁר יָרִימוּ בְנֵי-יִשְׂרָאֵל לַיהוָה נָתַתִּי לְךָ וּלְבָנֶיךָ וְלִבְנֹתֶיךָ אִתְּךָ לְחָק-עוֹלָם, בְּרִית מֶלַח עוֹלָם הִוא לִפְנֵי יְהוָה לְךָ וּלְזַרְעֲךָ אִתָּךְ ...
מן התורה גייט אן די מצוה פון תרומה ביי דריי זאכן: תבואה, וויין און בוימל פון איילבירטן, וואס וואקסן אין ארץ ישראל.
די תרומה גיט מען א כהן, וואס מוז זי עסן בטהרה. ער מעג טיילן די תרומה מיט זיין ווייב, זיינע טעכטער וואס זענען נאך נישט געהייראט און זיינע עבדים כנענים (פארשטייט זיך, אויך מיט אנדערע כהנים). ווען א כהן עסט תרומה וואס איז טמא, אדער ווען א זר (א ישראל אדער א לוי) עסט תרומה, ווערט ער באשטראפט מיט מיתה בידי שמים.
תרומה וואס איז געווארן טמא דארף מען פארברענען, אבער דער כהן מעג האבן הנאה בשעת דעם פארברענען, למשל ניצן טמא'דיקן בוימל אין זיין לייכטער. תבואה וואס איז געווארן טמא מעג דער כהן געבן צו עסן זיין בהמה.
מדרבנן
חז"ל האבן מתקן געווען אז די דינים פון תרומה זאלן אנגייען ביי אלע סארטן שניט, כולל אלע פרוכטן און גרינסן. אויך האבן זיי איינגעפירט אין די צייטן פונעם בית המקדש אז מען זאל היטן די דינים פון תרומה אין לענדער נאענט צו ארץ ישראל.
וויפיל גיט מען
די תורה זאגט נישט קיין שיעור וויפיל מען דארף געבן, אזוי ווי די גמרא זאגט אין מסכת קידושין "אפילו חיטה אחת פוטרת הכרי" ד"ה מיט איין קערנדל ווייץ קען מען פטר'ן א גאנצן הויפן. אבער חז"ל האבן אוועקגעלייגט (מסכת תרומות פ"ד מ"ג) א שיעור: א קארגער גיט א זעכציגסטל, א נארמאלער א פופציגסטל, און א ברייטהארציקער א פערציגסטל.