אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שמואל הורוויץ"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(גריבאוו)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022

רבי שמואל הורוויץ זצ"ל (ה'תרכ"ט - ה'תרפ"ג), רב אין דעמביץ.

אפשטאם

רבי שמואל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ט (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב ראובן הורוויץ רב אין דעמביץ, א זון פון אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס רבי אליעזר'ל דזשעקאווער, א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.

רבנות

רבי שמואל איז נאך זיין חתונה געווען א צייט רב אין פריסטיק, אין יאר ה'תרנ"ה נאך זיין ברידער רבי אלטער'לס פטירה האט זיך געשאפן א קריגעריי צווישן רבי שמואל און זיין שוואגער הרב בצלאל הורוויץ, ביז דער שינאווער רב האט געפסקנט אז דאס רבנות געהערט צו רבי שמואל און זיין שוואגער איז אוועק קיין פילזנא.

הסתלקות

רבי שמואל איז נפטר געווארן אין עלטער פון פיר און פופציג יאר, אין יאר ה'תרפ"ג (אומגעפעהר), מען האט אים געלייגט אין פאטער'ס אהל.

פאמיליע

רבי שמואל האט געהייראט מרת גיטלה די טאכטער פון הרב יחיאל וואגשאהל פון פריסטיק, זייערע קינדער:

  • הרב חיים יעקב הורוויץ הי"ד, פון דעמביץ.
  • מרת עטיל, די ווייב פון הרב שלמה אייכנשטיין רב אין חאדאראוו.
  • מרת מירל, הי"ד, די ווייב פון הרב אשר וואגשאהל.

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר