אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אדורה"
ק (אראפנעמען קאטעגאריע:יישובים אין ישראל,צולייגן קאטעגאריע:ישובים אין ישראל דורך HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022
31°33′8″N 35°1′8″E / 31.55222°N 35.01889°E אֲדוֹרָה (ארויסגערעדט: אַדאראַ) איז אַ קהילה-יישוב אין די חברונער בערג, ישראל.
געשיכטע
אַדורה געפינט זיך צום מערב פון דער שטאָט חברון. אַדמיניסטראַטיוו איז ער אין באַשטאַנד פונעם רעגיִאָנאַלן ראַט הר חברון. דער ישוב איז געגרינדעט געוואָרן אין 1982 ווי אַ מיליטערישער זידלונג-פאָרפּאָסט (היאחזות נח"ל). אין 1984 איז אדורה געוואָרן אַ בירגערלער ישוב. לויט די אָנגאַבן פון 2011, האָבן אינעם ישוב געוווינט 268 משפּחות. אדורה איז געמישטער ישוב (פרומע און וועלטלעכע ייִדן). אין אדורה זײַנען דאָ אַ שול, צוויי קינדער-גערטנער, אַ ספּאָרט-זאַל,, אַ פּיצעריע, אַ יוגנט-קלוב און אַ קליינע אינדוסטריעלע זאָנע.
דער נאָמען
דער ערשטער, צײַטווײַליקער, נאָמען פונעם ישוב איז געווען מצפּה-אמציה. זינט 1984 איז דער נאָמען געביטן געוואָרן אויף אדורה – לויטן נאָמען פון דער אוראַלטער שטאָט אדורים, וועלכע איז דערמאָנט אינעם תנ"ך, אין דער רשימה פון די שטעט פון ממלכת יהודה, וועלכע זײַנען פאַרפעסטיקט געוואָרן דורך מלך רחבעם (ספר דברי הימים ב', פּרק י"א, פּסוק ט'). די אוראַלטע שטאָט אדורים האָט זיך געפונען צום דרום-מזרח פונעם איצטיקן ישוב אדורה, אויפן אָרט פונעם גרויסן אַראַבישן דאָרף דוּרא.
וועבלינקען
- אדורה אויפן וועבזײַטל פונעם רעגיִאָנאַלן ראַט הר חברון (אויף העברעיִש)