אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:שלמה ריסקין"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:43, 22 נאוועמבער 2022

Rabbi-riskin-photo.jpg

הרב שלמה ריסקין (געבוירן כ' אייר ה'ת"ש) איז דער רב פון אפרת זידלונג אין גוש עציון. ער האט עמיגרירט קיין ארץ ישראל צו גרינדן דעם התנחלות אלס יישוב הארץ, צוזאמען מיט זיין קהילה אין פיפט עוועניו שול וואו ער האט געדינט ברבנות דארטן און צוגערעדט זיין קהילה פון אנהענגער וואס זענען אלע ווי רוב פרעסטיזשפולע פראפעשענאלס ווי דאקטוירים בוכהאלטערס און אדוואקאטן וואס וואוינען איינגעטיילט אין ניו יארק און אין אפרת.

ער איז מאדערן ארטאדאקס און גלויבט שטארק אין פלוראליזם. אבער לגבי מדינת ישראל האלט ער אז עס דארף זיין אפיציעהל א יודישע לאנד.

ביאגראפיע

ער איז געבוירן אין ברוקלין, ניו יארק. ער האט געלערנט אין ישיבה אוניווערזיטעהט און באקומען סמיכה פון הרב סאלאווייטשיק. ער איז דאן געווארן א לעהרער פאר תנ"ך און תלמוד אין די ישיבה און געדיהנט אלס רב אין די לינקאלן סקווער שוהל. אין 1975 האט ער געגרינדעט די מתיבתא אור תורה אין ריווערדעיל.

אין 1983 איז ער צוזאמען מיט זיין פאמיליע און 195 מיטגלידער פון זיין געמיינדע ארויף קיין ישראל צו גרינדן די שטעהטל אפרת אין גוש עציון וואו ער איז רב זינט איהר גרינדונג.

ער איז פארהייראט און האט פיער קינדער.

אור תורה

ער האט געגרינדעט די ארגאניזאציע אור תורה סטאון וואס נעמט אריין פארשידענע קערפערשאפטן, ווי:

און נאך

מיינונגען

ער שטיצט שטארק גלייכע רעכטן פאר פרויען. ער האלט אז ס'איז נישטא קיין איסור לויט די הלכה אויפצוגעהבן די שטחים.

ער פיהרט אהן אן ארגאניזאציע וואס באשעפטיהגט זיך אין די צוזאמען-ארבעט און פארשטענדעניש פון יודן מיט קריסטן.

ספרים

ער האט ארויסגעגעהבן פילע ביכער און ספרים אין ענגליש און אין העברעאיש

  • אור תורה, פיער בענדער על התורה
  • די נייע פסח הגדה, אין ענגליש
  • יד לאשה
  • ציוני דרך
  • שיח שלחן, א זמירות (בענטשער) פאר שבת, יו"ט און ספעציעהלע געלעהגנהייטן

וועב לינקען