אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי שלמה גאנצפריד"
ק (Bot: Migrating 5 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q905319 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:42, 22 נאוועמבער 2022
רבי שלמה בן יוסף גאנצפריד (ה'תקס"ד - כ"ח תמוז ה'תרמ"ו) איז געווען ראש בית דין אין אונגוואר און דער מחבר פון קיצור שולחן ערוך און נאך ספרים.
לעבנסגעשיכטע
שלמה גאנצפריד איז געבוירן אין אונגוואר, אונגארן (היינט אוקראינע) צו זיין פאטער ר' יוסף. ער איז פאר'יתומט פון זיין פאטער ביי אכט יאר. ער האט געלערנט אין דער ישיבה אין באניהאד. שפעטער איז ער צוריקגעקומען קיין אונגוואר און געווארן א סוחר.[1]
ער האט מחבר געווען חשובע ספרים. זיין ערשטע ספר, 'קסת הסופר', אויף הלכות כתיבת סת"ם איז פארעפנטליכט געווארן אין תקצ"ד, מיט הגהות פונעם חתם סופר. און תר"ג האט דאס שטעטל ברעזעוויץ (היינט סלאוואקיי) אים אויפגענומען אלס רב. אין תר"י איז ער צוריק קיין אונגוואר וואו מ'האט אים אויפגענומען אלס ראש בית דין.[1]
ער איז מערסט באוואוסט פאר זיין "קיצור שולחן ערוך", וואס אנטהאלט רוב פראקטישע הלכות, בעיקר שולחן ערוך "אורח חיים" און טייל פון אנדערע חלקים אין שולחן ערוך. אויך האט ער געשריבן "לחם ושמלה" אויף הלכות נדה, טבילה און מקוואות.
זיינע ספרים
- קסת הסופר (תרצ"ד)
- פני שלמה (תר"ו) (אויף מסכתות בבא קמא און בבא מציעא)
- תורת זבח (תר"ט) (אויף הלכות שחיטה ובדיקה)
- לחם ושמלה (תרמ"א)
- אפריון (עה"ת) (תרס"ו)
- אהלי שם (תרל"א)
- קיצור שולחן ערוך (תרס"ד)