אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:אברהם פינטער"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 09:39, 22 נאוועמבער 2022

הרב אברהם יהושע העשיל פינטער (תש"ט בערך — כ׳ ניסן תש"פ) איז געווען דער מנהל פון דער יסודי התורה מיטלשולע פֿאַר מיידלעך אין סטאַמפֿאָרד היל, און אַ חשובער עסקן אין דער סטאמפארד היל חרדישער קהילה. ער איז אָפֿטמאָל געבעטן פון דער נאַציאָנאַלע מעדיע איבערגעבן די מיינונג פון חרדישע אידן. ער איז געווען אויך אַ מיטגליד אין דער לאָנדאָנער באָראָ פון העקני ראַט, מטעם דער לייבאָר פּאַרטיי.

אברהם פינטער איז דער צווייטער זון פון הרב שמואל שמעלקע פינטער, מנהל פון די יסודי התורה שולעס אין לאָנדאָן קרוב צו 50 יאָר, און רב פון דעם ישועות חיים בית המדרש.

אברהם פינטער האָט געהייראַט חיה גיטל רחל בעק (תש"ז - י"א אדר ב' תשע"ד), א טאָכטער פון רבי משה יעקב בעק, דער אפשער רב.

הרב פּינטער איז געווען אַ קוראַטאָר פון דער התאחדות קהלות החרדים אין לאָנדאָן.

ער איז נפטר געוואָרן חול המועד פסח תש"פ פון דער קאָוויד-19 מגיפה. מוסטער:ייד-ביא-שטומף