אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קישקע"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022
געפילטע קישקע איז מאכל פון מזרח-אייראפעישע יידן, געמאכט פון דער גראבער קישקע פון רינדער געפֿילט מיט געפרעגלטן ציבל, מעל, שמאלץ און געווירצן.
די געקאכטע קישקע קען זיין יעדן פֿארב פון ווייס-גרא ביז ברוין-אראנזש, דאס ווענדט זיך אין וויפל געווירצן מען לייגט אריין בעיקר די פאפריקע. היינטיגע צייטן ניצט מען סינטעטישע איינוויקלונג אנשטאט עכטע קישקע פו א בהמה. ענלעך צו קישקע איז מעגעלע, מען מאכט דאס אין שטוב מען פילט אן די הויט פונעם האלדז פון א הינדל אדער אן אינדיק.
די קישקע מאכט מען געווענלעך פרייטאג, און מען לאזט זי קאכן אין דעם טשאלנט, וואס מען עסט שבת בייטאג.