אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:קאראטשי"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:38, 22 נאוועמבער 2022
24°51′N 67°02′E / 24.850°N 67.033°E קאַראַטשי (אורדו: کراچی; ענגליש: Karachi) איז די גרעסטע שטאט פון פאקיסטאן. די שטאט איז דער פינאנציעלער און האנדלס־צענטער פון פאקיסטאן. ער האט צוויי חשובע פארטן. די שטאט געפינט זיך אויפן בארטן פונעם אראבישן ים מערב פונעם אינדוס דעלטע. זיין באפעלקערונג איז אומגעפער 12 מיליאן, אזוי איז ער די דריטע גרעסטע שטאט אין דער וועלט, נאך שאנכיי און מומביי.
היסטאריע
די בריטישע מזרח אינדיע געזעלשאפט האט איינגענומען די שטאט אין 1839. אין 1843 איז זי אנעקסירט געווארן צו אינדיע צוזאמען מיטן סינדה. נאכדעם איז קאראטשי געווארן די הויפטשטאט פון סינדה. ווען פאקיסטאן איז געווארן זעלבשטענדיק אין 1947 איז קאראטשי געווארן די ערשטע הויפטשטאט.
קלימאט
קאראטשי האט א טרוקענעם קלימאט, מיט נישט מער ווי 250 מ"מ רעגן א יאר.
ספארט
דער הויפט ספארט אין קאראטשי אין קריקעט.
גרעסטע שטעט אין דער וועלט: גרויסשטעט מיט מינדערסטן פינף מיליאן איינוואוינער | |
---|---|
|