אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:צענטראל-לאנדאנער אייזנבאן"
ק (צוגעלייגט קאטעגאריע:לאנדאנער בארא פון קאמדן מיט HotCat) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022
די צענטראל-לאנדאנער אייזנבאן (ענגליש: Central London Railway CLR ), אויך באוווּסט ווי דער טאפעני טיוב (Twopenny Tube), איז געווען א טיפער ניווא אונטערערדישע אונטערגרונט "רער" באַן [note 1] וואָס האָט געעפנט אין לאנדאן אין 1900. די טונעלן און סטאנציעס פון דער CLR פארמירן די הויפט אפטיילונג פון דער צענטראלער ליניע פון דער לאנדאנער אונטערגרונט .
די אייזנבאַן פירמע איז געגרינדעט געווארן אין 1889; געלט פֿאַר קאַנסטרוקציע האט מען באקומען אין 1895 דורך אַ סינדיקאַט פון פינאַנציסטן און די אַרבעט איז אויסגעפירט געווארן פֿון 1896 צו 1900. ווען זי איז געעפנט געווארן, האט די CLR געדינט 13 סטאנציעס און געלאפן אינגאנצן אונטער דער ערד אין אַ פּאָר טונעלן פֿאַר 9.14 קילאמעטער צווישן זיין מערב טערמינוס אין שעפערד בוש און זייַן מזרח טערמינוס ביי דער באַנק פון ענגלאַנד, מיט אַ לאַגער און מאַכט סטאַנציע צפונדיק פון דעם מערב טערמינוס.[1] נאך א פארווארפענעם פארשלאג צו פארוואנדלען די ליניע אין א שלייף, איז זי פארלענגערט געווארן מערבדיק קיין וואוד ליין אין 1908 און מזרחדיק ביז ליווערפּול סטריט סטאנציע אין 1912. אין 1920, איז זי געווארן פארלענגערט לענגאויס א גרויס-מערבדיער אייזנבאַן ליניע קיין אילינג צו דינען אַ טאטאלע ווייַטקייט פון 17.57 קילאמעטער.
הערות
- ↑ A "tube" railway is an underground railway constructed in a cylindrical tunnel by the use of a tunnelling shield, usually deep below ground level. Contrast "cut and cover" tunnelling.
רעפערענצן
- ↑ Length of line calculated from distances given at Clive's Underground Line Guides, Central line, Layout. Clive D. W. Feathers. דערגרייכט דעם 30סטן מערץ 2010.