אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי צבי הירש האגער"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:36, 22 נאוועמבער 2022
רבי צבי הירש האגער זצ"ל (ה'תקפ"ג - י"ג חשוון ה'תר"ן), רב אין פעטשיניזשין.
אפשטאם
רבי הערשעלי איז געבוירן אין יאר ה'תקפ"ג (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון קאסאוו "דער אהבת שלום", א זון פון הרב יעקב קאפיל חסיד, און צו זיין מוטער מרת פעסיא לאה א טאכטער פון הרב משה לייב סאסאווער.
רבנות
רבי הערשעלי איז געווען רב אין פעטשיניזשין און ער האט דארט געפראוועט זיין רעביסטעווע און האט דארט אויפגעשטעלט א גרויסע שול, ער האט געהאט א גרויס געפארעכטס.
הסתלקות
רבי הערשעלי איז נפטר געווארן י"ג חשוון ה'תרנ"ו (אומגעפער).
פאמיליע
רבי צבי הירש האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שיינדל א טאכטער פון הרב אברהם חיים הורוויץ פון לינסק. זייערע קינדער:
- הרב אברהם חיים האגער זצ"ל אוועק יונגערהייט, האט איבערגעלאזט 11 יתומים (סיון תר"ב – כ״ב אייר תרמ"ו), פון ווישאווא.
- הרב לייב (חנוך יהודה? ) האגער ו אלול ? תרמ"א צפת, ווערט דערמאנט און פנקס ח"ק צפת.[1]
- הרב מנחם מענדיל האגער (טו כיסלו תרע"ו-), פון ווישאווא.
- מרת בלומא, די ווייב פון הרב נחום בראנדוויין פון בורשטין.
(די פאלגענדע קינדער איז נישט קלאר פון וועלכען זיווג זיי זענען[2])
- הרב גרשון האגער (ה'תרכ"ו (אומגעפער) - ה'תר"ץ (אומגעפער)), ממלא מקום פון פאטער רב אין פעטשיניזשין.
- מרת רבקה, די ווייב פון הרב אליעזר לאנדא.
- די ווייב פון הרב יעקב סלעפטער.
בזיווג שני האט רבי צבי הירש געהייראט א טאכטער פון הרב דוד שטערנהעל פון קאלאמייע.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
- זרעא קדישא
- ↑ כנראה עלה לאחר פטירת אימו הרבנית שיינדיל בשנת תרכ"ב.
- ↑ זרעא קדישא
- ↑ מילי דבי כנישתא, עמ' ד