אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פראנץ שובערט"
ק (Removing Link GA template (handled by wikidata)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022
פראנץ שובערט ( דעם 31סטן יאנואר, 1797 - דעם 19טן נאוועמבער 1828) איז אן עסטרייכישער קאמפאזיטאר פון קלאסישע מוזיק, פון דער ראמאנטישער פעריאדע.
שובערט האט פארפאסט אריבער 600 לידער, די אממערסטן באקאנטע זענען זיינע זיבן פולקאמע סימפאניעס און די אכטע וועלכע איז געבליבן אומפארטערטיגט, און טראגט טאקע דעם זעלטענעם נאמען, "די אומגעפארטיגטע סימפאניע", וועלכע איז א שם דבר אין די קלאסישע מוזיק, מיט אירע רייכע הארציגע מעלאדיעס און סטרונעס.
פון אלץ גאר יונג קינד האט שובערט אנגעהויבן שפילן אויף די וויאלע. יעדן זונטאג פלעגט ער שפילן אינאיינעם מיט זיינע ברידער מיט זייער פאטער. ער איז אויך צוגעצויגן געווארן צו אנטאניע סעליערי, וועלכער איז געווען פון די ריזן קאמפאזירער אין זיינער צייט.
ס'זענען פאראן אזעלכע וועלכע זעען אין שובערט ווערק, אז ער האט נאכגעפאלגט די שטריכן פון מייסטער בעטהאווען, וועלכער איז געווען עטוואס פאר אים. אין 1822 האט זיך שובערט געטראפן מיט בעטהאווען און קארל מאריע פאן וועבער, און ס'איז פאראן א נאטע אין וועלכן בעטהאווען שרייבט איבער דעם געניאל און וואונדערקינד וואס באזיצט שובערט.
אין 1888, האט מען אריבערגעפירט די קברים פון שובערט און בעטהאווען צום צענטראלפרידהויף, וואו זיי ליגן אצינד לעבן די קברים פון יאהאן שטראוס דער זון און יאהאנעס בראהמס.