אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פלאנעט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:35, 22 נאוועמבער 2022

די זון סיסטעם.

א פלאנעט (פון גריכיש Πλανήτης, "וואנדערער") איז א הימלישער קערפער וואס ארביטירט ארום דער זון אדער א שטערן.

א פלאנעט איז דעפינירט דורכן אינטערנאציאנאלן אסטראנאמישן פארבאנד (IAU) אזוי:

א הימלישער קערפער, אין דער זון סיסטעם[1],

(א) ארביטירט ארום דער זון;
(ב) זיין מאסע איז גענוג גרויס אז עס איז קיילעכדיג פון דער אייגענער כח המשיכה;
(ג) ער רוימט אוועק פון זיין אָרביט אנדערע קערפערלעך;

אדער דרויסן פון דער זון סיסטעם[2],

(1) געפינט זיך אין אן ארביט ארום א שטערן אדער דער רעשט פון א שטערן;
(2) זיין מאסע איז צו קליין צו שאפן א קערנשמעלצונג;
(3) זיין מאסע איז גענוג גרויס צו זיין א פלאנעט אין אונזער זון סיסטעם;

די דעפיניציע פון א פלאנעט אין דער זון סיסטעם איז הערשט אנגענומען געווארן אום 2006, אבער די דעפיניציע פון א פלאנעט מחוץ דער זון סיסטעם איז שוין אנגענומען געווארן אום 2003.

פלאנעטן אין דער זון סיסטעם

לויט די היינטיגע דעפיניציעס זענען דא אין דער זון סיסטעם דריי ערליי קערפער:

  1. פלאנעטן;
  2. קארליק פלאנעטן;
  3. קליינע קערפער אין דער זון סיסטעם (אסטערוידן, קאמעט, א.א.וו.);

די אכט פלאנעטן זענען: פיר ערדישע פלאנעטן מערקור, ווענוס, ערד פלאנעט, מאדים, און פיר גאז ריזן יופיטער, סאטורן, אוראנוס און נעפטון - די לעצטע צוויי רופט מען אייז ריזן.

די פלאנעטן פון דער זון סיסטעם ווערן קלאסיפיצירט אין דריי קאטעגאריעס:

  • ערדישע פלאנעטן - די פלאנעטן וואס זענען ענלעך צום ערד־פלאנעט, וואס זענען צוזאמענגעשטעלט בעיקר פון שטיינערים. די קאטעגאריע שליסט איין מערקור, ווענוס, די ערד און מאדים; אז מען רעכנט אריין אין דער קאטעגאריע אויך קארליק פלאנעטן דארף מען מיטרעכענען צערעס און די אסטערוידן.
  • גאז ריזן - די פלאנעטן באשטייען בעיקר פון גאזן און זענען אסאך ווייניגער געדיכט ווי די ערדישע פלאנעטן. די קאטעגאריע שליסט איין יופיטער, ה, אוראנוס און נעפטון.
  • איבערננפטונישע קערפער - די זענען די קערפער וואס געפינען זיך ווייטער פון דער זון ווי דער ארביט פון נעפטון. די קאטעגאריע שליסט איין די קארליק פלאנעטן פלוטאן, עריס, האומעע און מאקע-מאקע.

זעט אויך

רעפערענצן

די זון סיסטעם
 
Solar System XXX RTL.png
די זון · מערקור · ווענוס · ערד · מאדים · צערעס · יופיטער · סאטורן · אוראנוס · נעפטון · פלוטאן · עריס
פלאנעטן · קארליק-פלאנעטן · לבנות: ערדיש · מארסיש · אסטערוידיש · יופיטעריש · סאטורניש · אוראניש · נעפטוניש · פלוטאניש · ערידיש
SSSBs:   מעטעארוידן· אסטערוידן (אסטערויד פאס) · Centaurs · TNOs (קויפער פאס/פארשפרייטער דיסק) · קאמעטן (אורט וואלקן)
זעט אויך אסטראנאמישע אביעקטן און דער זון-סיסטעמ'ס רשימה פון אביעקטן, סארטירט לויט ראדיוס אדער מאסע.
רשימה פון פּלאַנעטן