אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:פארינגדאן סטאנציע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:34, 22 נאוועמבער 2022

פֿאַרינגדאן לאנדאנער אונטערגרונט נאציאנאלע באן
בילד

נייער אריינגאנג 2012

(למפת צענטראל לאנדאן רגילה)
Open street map central london.svg|
 
}}
|
פֿאַרינגדאן
פֿאַרינגדאן
}}

לאקאציע פון פֿאַרינגדאן אין צענטראל לאנדאן

לאקאלער סטאנציע נאמען: Farringdon
יאר געעפנט: 1863
לאקאציע: פֿאַרינגדאן
בארא: לאנדאנער בארא פון איזלינגטאן
ליניעס אדורך דער סטאנציע: האמערסמיט און סיטי ליניע
מעטראפאליטאן ליניע
קרייז ליניע
טעמזלינק
צאל פעראנען: 6
סטאנציע קאד: ZFD
טראוולקארטע זאנע: זאנע 1
אונטערגרונט יערליכע פאסאזשירן
2014 ארויף 23.63 מיליאן
2015 ארויף 23.78 מיליאן
2016 אראפ 15.87 מיליאן
2019 ארויף 25.92 מיליאן
2020 אראפ 5.90 מיליאן
נאציאנאלע באן יערליכע פאסאזשירן
2013-14 ארויף 6.455 מיליאן
2014-15 ארויף 7.007 מיליאן
2015-16 ארויף 12.185 מיליאן
2018-19 ארויף 15.087 מיליאן
2019-20 ארויף 16.497 מיליאן
2020-21 אראפ 2.643 מיליאן

פֿאַרינגדאן (ענגליש: Farringdon) איז א לאנדאנער אונטערגרונט און נאציאנאלע באן סטאנציע אין קלארקנוועל אין דער לאנדאנער בארא פון איזלינגטאן, הארט לעבן דער סיטי פון לאנדאן, און איז אין טראוולקארט זאנע 1.

די סטאנציע איז געעפנט געווארן אין 1863 דורך דער מעטראפאליטאן באן, מיטן נאמען פֿארינגדאן סטריט.

היינט ווערט די אונטערגרונט סטאנציע באדינט דורך די קרייז, האמערסמיט און סיטי, און מעטראפאליטאן ליניעס צווישן קינגס קראס סט פאנקראס און בארביקאן. די נאציאנאלע באן סטאנציע געפינט זיך אויף דער טעמזלינק רוטע צווישן סט פאנקראס און סיטי טעמזלינק, און אויך די עליזאבעט ליניע באדינט די סטאנציע זייט איר עפֿענונג דעם 24סטן מיי 2022.

לויפיקע אנטוויקלונגען

צוויי הויפט באן אנטוויקלונגען וואס ביידע ענדיגן אין 2018-19 האבן א שייכות מיט פארינגדאן. די טעמזלינק באן וואס באדינט די סטאנציע ווערט פארבעסערט מיט לענגערע צוגן וואס קומען עפטער. קרייצבאן (Crossrail) איז א נייע באן וואס פארט מזרח־מערב אדורך לאנדאן און וועט באדינען פארינגדאן סטאנציע. ווען ביידע זענען פארטיק וועט פארינגדאן האבן אומגעפער 200 באנען א שעה און זיין איינע פון דעם לאנד'ס מערסט באשעפטיקטע סטאנציעס. די סטאנציע וועט זיין די איינציקע מיט אן איבערבייט צווישן טעמזלינק און קרייצבאן.

באדינונגען

לאנדאנער אונטערגרונט

נאציאנאלע באן

די סטאנציע ווערט באדינט דורך באנען אויף דער טעמזלינק רוטע.

מען האט איינגעפירט דעם נייעם טעמזלינק פֿארפלאן דעם 20סטן מיי 2018:

אלע באנען שטעלן זיך אפ ביי אלע סטאנציע אויפן צענטראל דורך־לאנדאן הארץ פון דער טעמזלינק רוטע, ד״ה בלעקפרייערס, פארינגדאן און סט פאנקראס).

פון צוועלווע ביינאכט פארט איין באן יעדע 30 מינוט אויף דער רוטע צווישן בעדפארד און דריי ברידזשעס.

עליזאבעט ליניע

פריערדיגע סטאנציע   Underground no-text.svg לאנדאנער אונטערגרונט   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעהאמערסמיט און סיטי ליניע
סוף-סטאנציעקרייז ליניע
סוף-סטאנציעמעטראפאליטאן ליניע
פריערדיגע סטאנציע   נאציאנאלע באן נאציאנאלע באן   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעטעמזלינק
טעמזלינק
פריערדיגע סטאנציע   ‏ עליזאבעט ליניע   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעעליזאבעט ליניע
  צוקונפטדיקע אנטוויקלונג  
פריערדיגע סטאנציע   ‏ עליזאבעט ליניע   פאלגנדע סטאנציע
סוף-סטאנציעעליזאבעט ליניע


וועבלינקען