אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סטאק מארקעט"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:30, 22 נאוועמבער 2022
א סטאק מאַרק אדער אקציעס מארק איז דער סך־הכל פון קויפער און פארקויפער (א לויזע נעצווערק פון עקאנאמישע טראנסאקציעס, און נישט קיין פיזישער ארט) פון אקציעס, וואס רעפרעזענטירן פארמאגערשאפט טענות אויף געשעפטן; דאס קען איינשליסן סיי ווערטפאפירן וואס מען האנדלט אין א פובליקער בערזע סיי אקציעס וואס ווערן געהאנדלט נאר פריוואט.
א מארק אין וואס מען האנדלט מיט אקציעס פון פארשידענע פירמעס און איז א מאדערנער פארעם פון אינוועסטירונג.
א פשוט'ער ביישפיל
לאמיר זאגן איר ווילט אנהייבן א ביזנעס, און איר באשליסט צו עפענען א רעסטוראנט. ערשט קויפט איר א בילדינג, איר קויפט אלע קיך עקוויפמענט, טישן און בענקלעך, איר נעמט אויף א קעכער, סערווירער, איר אדווערטייזד און איר עפענט די טירן. לאמיר זאגן אזוי:
- איר צאלט 500,000 דאלאר צו קויפן די געביידע און געצייג.
- אין דעם ערשטן יאר גיט איר אויס 250,000 דאלאר פאר סופלייס (רויע עסן וכדומה) און איינגעשטעלטע.
- ענדע יאר רעכנט איר צוזאם וויפיל געלט עס איז אריינגעקומען פון קונדן און איר זעט אז איר האט געמאכט סעילס אין ווערט פון 300,000 דאלאר.
זינט איר האט געמאכט 300,000 דאלאר און אויסגעגעבן 250,000 דאלאר, איז אייער נעט פראפיט 50,000 דאלאר. אויב ביזנעס גייט גוט און אין דאס צווייטע יאר פארדינט איר 325,000 דאלאר, די אויסגאבן בלייבן די זעלבע, דאן האט איר פארדינט נעט פראפיט 75,000 דאלאר. יעצט וויפיל איז די ביזנעס ווערט אויב איר ווילט דאס היינט פארקויפן? די ערשטע וועג צו קוקן איז אז די ביזנעס איז ווערט 500,000 דאלאר. ווייל די ווערט פון די בילדינג איז ארויף, די עקוויפמענט אראפ (ווייל עס איז שוין גענוצט), גלייכט עס זיך אויס צו 500,000 דאלאר. אין פאקט וועלן אבער מענטשן מסכים זיין אפצוקויפן אייער רעסטוראנט פאר 1,500,00 דאלאר ווייל די בינזעס גייט דאך פארדינען צום ווייניגסטענס 75,000 דאלאר א יאר, באקומט יענער א 5 פראצענט הרוחה. יעצט אויב איינער וועט קומען און אייך זאגן אז ער האט נישט גענוג געלט אפצוקויפן אייער רעסטוראנט קענט איר דאס פארקויפן פאר 10 מענטשן וואס וועלן צאלן 150,000 דאלאר יעדער איינער און וועלן באקומען א צענטל פון די פראפיט. דאס קען גיין אסאך ווייטער און איר קענט דאס פארקויפן פאר 3,000 מענטשן וואס וועלן צאלן 500 דאלאר יעדער איינער. נארמאלערהייט וועלן די 3,000 נייע בעלי בתים האלטן, אויף עפעס א וועג, קאנטראל אויף די ביזנעס. איר קענט אבער טאן קלוגער און אויך בלייבן א שותף אין די אינוועסטמענט, אזוי ארום וועט איר ווייטער קענען זיין באלעבאס אין אייער רעסטוראנט וועלכע איר האט פארקויפט און אריינפאקן 750,000 דאלאר אין באנק אריין. גענוי דאס איז א סטאק. די גרויסע פירמעס פארקויפן מיליאנען אקציעס פאר א פרייז וואס ווערט אויסגערעכנט לויט די ווערט פון די פירמע. אויב די פירמע פארדינט באקומט יעדער אקציאנער זיין פראצענט אין די ביזנעס. און אונזער פאל, אויב די רעסטוראנט וועט זיך אויסברייטערן און פארדינען א מיליאן דאלאר וועלן די 3,000 אקציאנער פארדינען 333 דאלאר. א מענטש וואס האט אינוועסטירט אין וואל-מארט 10,000 דאלאר פאר 30 יאר צוריק וואלט היינט ארויסגענומען עטליכע מיליאנען דאלארן ווייל די פירמע האט זיך געדאפעלט מיליאנען פראצענט אין די 30 יאר.
דער סטאק מארק איינפאל
איר זענט א פריוואטער סיטיזן וועלכער האט פארקויפט אייער רעסטוראנט פאר אנדערע פריוואטע סיטיזנס. יעצט וואס וועט זיין אויב איינער פון די אינוועסטירער וויל פארקויפן זיין שעיר? וועט ער מוזן ארויסגיין אויפ'ן גאס און זוכן א קונה וועלכע איז זייער שווער. דער סטאק מארק באשיידט דעם פראבלעם. דער סטאק מארק (אויך באקאנט אלס דער סטאק עקסטשעינדזש און קען גערופן ווערן אין אידיש די בערזע) איז ווי א סופערמארק וואס פארקויפט אלע ערליי עסן אז איר זאלט נישט דארפן גיין צו יעדע פירמע באזונדער און קויפן דאס וואס זיי מאכן. דער סטאק מארק פארקויפט אלע ערליי סטאקס. די עקסטשעינדזש מאכט דאס קויפן און פארקויפן זייער גרינג. א מענטש דארף נישט אראפפארן ביז ניו יארק אויב וויל ער קויפן אדער פארקויפן א סטאק אין די ניו יארק סטאק עקסטשיענדזש. ער קען אנרופן א בראוקער און יענער וועט פאר אים אראפגיין. היינט האלט מען שוין אסאך ווייטער ווען מען קען קויפן און פארקויפן אין עטליכע סעקונדעס דורכ'ן טעלעפאן אדער אינטערנעט. דער סטאק מארק האט נאך א מעלה אז יעדער אינוועסטאר קען גענוי מיטהאלטן וואס טוט זיך אפ אין די פירמע פון וועלכע ער האט געקויפט א שעיר. אויב מאכט יענע פירמע א שלעכטע שריט וועט יעדער באלד וויסן און מען וועט זיך צוריקהאלטן פון צו קויפן פון יענע פירמע. מען קען אויך זען וויפיל מענטשן פון איבער די וועלט האבן געקויפט דעם סטאק אין דעם טאג. אויסער דעם קען יעדער זען די גאנצע היסטאריע פון יעדע פירמע זינט זי איז ארויף אויפ'ן סטאק מארק, ווען זי איז געשטאנען גוט און ווען נישט און פאר וויפיל זי האט פארקויפט א שעיר. בעפאר א פירמע האלט ביים שליסן א גרויסע געשעפט וועט זי אראפרופן עטליכע ביזנעס אנאליסטן און זיי צייגן וואספארא אינוועסטמענט זי גייט מאכן. די אנאליסטן שטודירן דאס אדורך און אויב עס געפעלט זיי גיבן זיי ארויס א באריכט אז עס לוינט זיך אריינצולייגן געלט אין די פירמע ווייל עס גייט בקרוב שטייגן דורך א פרישע געשעפט וואס זי שליסט יעצט. יעדע אנגעזעענע בינעס דזשורנאל האט אזעלכע אנאליסטן און די בראוקערס און אינוועסטארס דארפן באשליסן וועמען צו גלייבן. דורך דאס געלט וואס קומט אריין פון טויזענטער קויפער האט יענע פירמע געלט צו שליסן דעם געשעפט. אויב ארבעט זיך עס נישט אויס האט יעדער שאדן געהאט זיין געלט.
קארפאראציעס
יעדע ביזנעס וואס וויל פארקויפן אקציעס אויפ'ן סטאק מארק צו א צאל פארשידענע מענטשן טוט דאס דורך איבערטוישן די ביזנעס צו א קארפאראציע. די פראדעצור פון איבערטוישן א ביזנעס צו א קארפאראציע ווערט אנגערופן "אינקארפארעטינג". אויב איר עפענט א רעסטוראנט און איר אליינס האט געקויפט די בילדינג, עקוויפמענט, און סופלייס דאן זענט איר דער איינציגסטער וואס מאכט אלע באשלוסן אין די ביזנעס און יעדע דאלאר פראפיט גייט פאר אייך אין טאש אריין. דאס ווערט אנגערופן אין די ביזנעס וועלט א "סאל פראפיעטארשיפ". אויב עטליכע מענטשן אינוועסטירן אין א רעסטוראנט צוזאמען וועלן אלע דריי זיך מוזן צוטיילן מיט די געלט און קיינער וועט נישט קענען מאכן קיין באשלוסן אן די צושטימונג פון די אנדערע צוויי שותפים. דאס ווערט אנגערופן א "פארטנערשיפ". א קארפאראציע איז אנדערש און איז גאנץ אן אינטערעסאנטער באגריף. א קארפאראציע איז א "פאקטישער פערזאן". די קארפאראציע איז רעגיסטרירט ביי די רעגירונג, עס האט א סאשעל סעקיוריטי נומער, עס קען באזיצן פראפערטי, עס קען גיין אין געריכט צו קלאגן מענטשן, קען אנגעקלאגט ווערן, און מאכן געשעפטן. א קארפאראציע האט סטאק וואס קען ווערן געקויפט און פארקויפט און אלע באזיצער פון די קארפאראציע האלטן סטאק אקציעס אין די קארפאראציע צו רעפרעזענטירן זייער אייגנטום. איין אומגלויבליכע כאראקטעריסטיש (אייגנשאפט) פון דעם "פאקטישער פערזאן" איז אז עס האט אן אומבאשטימטע און מעגליכע אומגעמאסטענע לעבנס שפאן. עס איז פאראן א גאנצע קערפערשאפט פון געזעצן וועלכע קאנטראלירן קארפאראציעס – די געזעצן זענען אין פלאץ צו באשיצן די אקציאנער און די פובליק. די געזעצן קאנטראלירן א רייע זאכן וויאזוי א נייע קארפאראציע אפערירט און איז ארגאניזירט. צום ביישפיל, יעדע קארפאראציע האט א באורד אוו דירעקטארס (אפילו אויב איינער האלט אלע אקציעס פון די פירמע איז פאראן א באורד וועלכע איז ער אליינס). די אקציאנער פון די פירמע טרעפן זיך יעדעס יאר און וועלן אויס ווער עס זאל זיין אין די באורד. די באורד מאכט אלע באשלוסן און נעמט אויף די אפיצירן (דער פרעזידענט און אנדערע וויכטיגע אפיצירן). די באורד באשליסט וויפיל אקציעס די פירמע זאל פארקויפן. א פירמע מעג האבן מיליאנען אקציעס און קען זיין א פריוואט-געהאלטענע פירמע אדער א פובליק-געהאלטענע פירמע. דער חילוק איז: אין א פריוואט-געהאלטענע פירמע זענען פאראן א גרופע מענטשן וואס קענען זיך גוט איינע די אנדערע און מאכן ביזנעס צוזאמען. א פובליק-געהאלטענע פירמע איז די אייגנטום פון טויזענטער און אמאל מיליאנען מענטשן וועלכע האנדלן זייערע אקציעס אויף א פובליק סטאק עקסטשעינדזש. אין אנדערע ווערטער איז די באורד די מוח פון דעם "פאקטישן פערזאן". די סיבה פארוואס מענטשן עפענען קארפאראציע ביזנעסער איז כדי זיי זאלן קענען צוזאמענקלויבן אסאך געלט פאר אינוועסטמענטס. לאמיר זאגן אז איר באשליסט צו עפענען אן עירליין. רוב מענטשן קענען אזא זאך נישט טאן ווייל זיי האבן נישט דאס געלט צו קויפן אפילו איין פליגער וועלכע קאסט מיליאנען. דורך א קארפאראציע איז עס אבער יא מעגליך ווייל מען נעמט צוזאמען געלט פון טויזענטער אינוועסטארס וועלכע קויפן אקציעס אין די ביזנעס. נאך א וויכטיגע סיבה פארוואס עס איז כדאי צו האבן א קארפאראציע ביזנעס איז צו לימיטירן לייביליטי (אחריות). אויב די ביזנעס ווערט געקלאגט אדער גייט ארויס פון ביזנעס איז נישטא קיין שאדן פאר קיינעם. די ביזנעס באצאלט דאס געלט. אין א פריוואטע ביזנעס וועט דער פארוואלטער מוזן באצאלן דאס געלט פון זיין טאש און ווער רעדט נאך אויב ער גייט באנקראט איז ער כמעט א פארטיגער אויף זיין לעבן.
דער סטאק און זיינע פרייזן
לאמיר נעמען א ביישפיל פון א פירמע וועלכע האט צוזאמענגעשטעלט 20 מיליאן דאלאר דורך פארקויפן א מיליאן אקציעס פאר 20$ א שעיר. די פירמע נעמט אויף ארבייטער, קויפט איין עקוויפמענט, עפענט אירע טויערן, און אלע ס פארט א באן. לאמיר זאגן נאך א יאר פארדינט די פירמע א מיליאן דאלאר פראפיט. יעצט דארפן די באורד אוו דירעקטארס באשליסן וואס זיי זאלן טאן מיט דאס געלט. זייערע מעגליכקייטן זענען: 1) זיי קענען דאס אוועקלייגן אין באנק און דאס האלטן פאר א רעגנדיגע טאג. 2) זיי קענען פארטיילן דאס געלט פאר די אקציאנער וואס וועט אויסקומען א דאלאר פאר יעדן. 3) זיי קענען ווידער-אינוועסטירן דאס געלט צו פארגרעסערן די ביזנעס. 4) אדער קענען זיי מאכן א קאמבינאציע פון אלע אינאיינעם. אויב די באורד באשליסט באלד צו פארטיילן דאס גאנצע געלט פאר די אקציאנער דעמאלט ווערט דאס אנגערופן א אינקאם סטאק, וואס טייטש אז די אקציאנער באקומען א פראצענט פון די הרוחה וואס די פירמע פארדינט. אויב די באורד באשליסט צו אינסוועטירן דאס געלט דעמאלט וועט די סטאק ווערן א גראוט (וואקסנדיגע) סטאק וועלכע פרובירט צו ווערן גרעסער און גרעסער. אין א אינקאם סטאק וועט דער פרייז בלייבן בערך די זעלבע פון יאר צו יאר ווייל די פירמע וועט צוביסלעך ווערן גרעסער אדער קלענער . די שעיר הלאטער וועלן ערליך באקומען זייערע געלטער און האפנטליך וועט די טשעק גרעסער ווערן פון יאר צו יאר. א גראוט סטאק ארבעט אינגנאצן אנדערש. קיינער באקומט נישט קיין געלט ווילאנג מען פארקויפט עס נישט. די פירמע האלט דאס גאנצע געלט און וועט שטענדיג אינוועסטירן פאר מער ביזנעס. די פירמע וועט מעגליך שאפן גענוג געלט צו עפענען נאך א פליגל אין אן אנדערע שטאט און דאן וועט די פירמע ווערט זיין דאפעלט און אויך איר סטאק וועט זיך דאפלן. ווען דער אקציאנער וועט באשליסן אז דער סטאק איז שוין גענוג טייער און עס לוינט זיך אים יעצט צו מאכן דאס געלט וועט ער פארקויפן זיינע אקציעס פאר אנדערע וואס זוכן צו קויפן די זעלבע זאך און ער וועט פארדינען דאס געלט. מענטשן טוען דאס פאר יארן לאנג און נעמען ארויס 100 און 1,000 מאל אזויפיל וויפיל זיי האבן אריינגעלייגט. יעדע סטאק ווערט נאכגעפאלגט דורך די סעקיוריטיס ענד עקסטשעינדזש קאמיסיע וועלכע'ס פליכט איז צו צוזאמענקלויבן אלע פינאנציעלע אינפארמאציע פון יעדע פירמע וואס איז אויפ'ן סטאק מארק און דאס מאכן גרייט פאר די פובליק צו זען. עס זענען פאראן א רייע פון וועגן וויאזוי די אינוועסטארס רעכנען אויב עס לוינט זיך צו קויפן דעם סטאק אדער נישט. זיי נוצן ספעציעלע וואורק פאפירן אין וועלכע זיי פאלגן נאך פארשידענע אנגעגעבענע סימינים פון די פירמע און דער סטאק פרייז.
סטאק אינדעקסן
דער קאנצעפט פון א סטאק עוורעדזש איז זייער פשוט. יעדע סטאק פון יעדע פירמע גייט ארויף און אראפ יעדן טאג געוואנדן לויט'ן מארק. יעצט ווען אסאך סטאקס ליגן צוזאמען אויף איין ליסטע צייגן זיי בעסער וועלכע עס גייט ארויף און וועלכע עס גייט אראפ. לאמיר זאגן אז די נעסדעק עוורעדזש גייט אראפ מיט עטליכע פונקטן און נאר איין פירמע פון די 30 איז געשטיגן אין דעם זעלבן טאג, איז א גוטער סימן אז די פירמע מאכט אסאך ביזנעס טראץ וואס די מארק גייט נישט גוט. ווער עס לייענט און הערט וועגן סטאקס וועט כסדר הערן די ציפערן פון די גרויסע סטאק עוורעדזשעס ווי די דאו דזשאונס אינדוסטריאל עוורעדזש, די ען-וויי-עס-אי קאמפאסייט אינדעקס, די נעסדעק, די S&P 500, און די ראסעל 2000. די אלע עוורעדזשעס רעפרעזענטירן יעדע איינע אנדערע קאטעגאריעס פון פירמעס און מאכן דעם סטאק מארק פארמעסט מער עפעקטיוו.
לאמיר נענטער באטראכטן און פארשטיין יעדע פון זיי: דאו דזשאונס אינדוסטריאל עוורעדזש. די אזויגערופענע דאו איז איינע פון די וועלט'ס מערסט באקאנטע מארק אנווייזונגען דורך אירע אויסגעקליבענע 30 פירמעס וועלכע פארמירן דעם עוורעדזש. די 30 פירמעס באשטייען פון אלע הויפט מארק סארטן וועלכע גיבן צוזאמען א קלארן בילד וואס די עקענאמיע טוט אין לאנד. ארגינעל איז די דאו געווען א ריכטיגע עוורעדזש מיט דעם וואס די פרייזן פון די 30 סטאקס זענען געווען אייניג איינגעטיילט צו 30. מיט דער צייט האט מען אבער איינגעזען אז צו זיין 100 פראצענט אויסגעהאלטן אין פאל א סטאק צעטיילט זיך אדער צאלט א דיווידענד האט מען געמוזט אויסגלייכן דעם נומער 30. היינט צו טאג, איבער 100 יאר שפעטער, זענען די סומעס פון די פרייזן פון די 30 סטאקס איינגעטיילט ביי א ציפער וועלכע איז ווייניגער ווי איינס! ווייל א ריר אין א סטאק פון איין דאלאר ביי א פירמע וואס פארקויפט אירע אקציעס פאר 100$ האט די זעלבע השפעה ווי אויב דאס זעלבע וואלט פאסירט מיט די 20 דאלארדיגע סטאק. אין אנדערע ווערטער איז די דאו היינט א ריכטיגע פרייז געוואויגענע סטאק אינדעקס. די דאו איז געגרינדעט געווארן אין 896' דורך טשארלס דאו צו רעפרעזענטירן די ביזנעס מארק וועלכע האט דעמאלט אנטהאלטן די אידוסטריס פון צוקער, לעדער, טאבאקא, גאזאלין, גומען, און קוילן. היינט צו טאג זענען דארט אויסגערעכנט די סטאקס פון די גרעסטע ריטעילערס, אויל פירמעס, אפטייקווארג פירמעס, און אינטערטעימענט פירמעס. די איינציגסטע פירמע פון די ארגינעלע ליסטע וועלכע איז נאך היינט אויסגערעכנט אויף די ליסטע איז דזשענערל עלעקטריק.
S&P 500. די S&P איז געגרינדעט געווארן אין 920' דורך די פירמע סטאנדארט ענד פארס (S&P) און רעפרעזענטירן 500 פירנדיגע פירמעס פון די הויפט אינדוסטריס ווי טראנספארטאציע, יוטיליטיס, פינאנציעלע סערוויסעס, טעכנאלאגיע, העלט קעיר, ענערגיע, קאמיוניקאציע, סערוויסעס, מאטריאלן, קאנסומער פראדוקטן, און נאך. אסאך עקספערטן זענען ביי דער מיינונג אז די S&P שפיגעלט אפ די מארק נאך בעסער ווי די דאו ווייל עס נעמט אריין מער פירמעס און פון מער אפטיילונגן. רוב גרויסע געלט מענעדזשערס און פענסיע אדמיניסטראטארן נוצן די S&P אלס זייער באנקמארק וואו זיי שפיגלן די סך הכל וואוקס פון זייערע פאנדן קעגן די סטאק מארק.
די S&P אינדעקס ווערט צוזאמענגערעכנט לויט די ווערט פון יעדע סטאק באזונדער, צעטיילט לויט די נומער פון אקציעס וואס ווערן געהאלטן דורך די פובליק. די פירמעס וועלכע פארמאגן די מערסטע אקציעס מאכן די גרעסטע אימפאקט אויפ'ן אינדעקס. אזא סארט סיסטעם ווערט אנגערופן א מארק געוואויגענע אינדעקס. ען-וויי-עס-אי קאמפאסייט אינדעקס. די אינדעקס צייגט די מארק ווערט פון אלע פירמעס וועלכע האנדלן אויפ'ן ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש. די אינדעקס ווערט אויטאמאטיש געטוישט נאך יעדע טראנזאקציע וואס ווערט געמאכט אינעם מארק. יעדע 15 סעקונדעס טוישט זיך די אינדעקס און דאס ווערט געשיקט עלעקטראניש צו אלע בראקערס און ווערט געוויזן אויף א גרויסע סקרין אינעם ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש געביידע. ווען איר הערט די נייעס פון סטאקס וועלן די רעפארטער דאס געווענליך באצייכנען אלס די ציפערן פון די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש ווייל די אינדעקס צייגט יעדע דעטאל אין יעדע פון אירע סטאקס. נעסדעק. די נעסדעק איז דער אלגעמיינער סטאק עוורעדזש וואו עס זענען געליסטעט רוב דורכשניטליכע פירמעס. דאס ווארט נעסדעק באדייט: די נאציאנאלע אסאסיאציע אוו סעקיוריטיס דילערס אויטאמאטישע אפשאצונג סיסטעם. די ליסטע האט זיך ארגינעל אנגעהויבן מיט 100 פירמעס און פארמאגט היינט איבער 5 און א האלב טויזענט פירמעס. וויבאלד די נעסדעק אינדעקס פארמאגט זייער אסאך פירמעס וועלכע באלאנגן צו די טעכנאלאגיע סעקטאר וועמענס מארק שטראם טוישט זיך זייער שנעל קען די גאנצע אינדעקס אמאל זיין אומאינטערעסאנט, אדער בעסער געזאגט אויסוועפיק, און ווייניג מענטשן וועלן דארט האנדלן. ראסעל 2000. די ראסעל אינדעקס מעסט די פארשטעלונג פון 2,000 קלענערע פירמעס וועלכע האבן נארוואס אנגעהויבן וואקסן און זענען ארויף אויפ'ן סטאק מארק. די אינדעקס איז אויך מערערע מאל נישט אינטערעסאנט און ווייניג מענטשן וועלן זוכן דארט צו האנדלן ווייל זייער אסאך פון די פירמעס זענען ניי און פארמאגן ווייניגער קאפיטאל ווי די גרויסע פירמעס אויפ'ן דאו אדער S&P עס זענען פאראן נאך גרויסע עוורעדזשעס ארום די וועלט אבער קיינע פון זיי פארנעמען נישט אזא וויכטיגן ארט אין די וועלט'ס מארק ווי די סטאק מארק אין אמעריקע, די וועלט'ס עקענאמישער הויפט קווארטיר. ווי געזאגט טוען די עוורעדזשעס צייגן די גענעראלע געזונטהייט פון אלע סטאק פרייזן אינאיינעם וואס גיט די ריכטיגע בליק וואס די עקאנאמיע טוט לויט די סטאק עוורעדזשעס. ווען די עקאנאמיע גייט גוט וועט זיך עס די ערשטע אנזען אויפ'ן סטאק מארק ווען א גרויסע צאל סטאקס וועלן זיך הייבן און מאכן דעם גאנצן אינדעקס העכער מיט א געוויסע צאל פונקטן. אין די סטאק מארק וועלט רופט מען אן די צייטן אלס א בול (ביק) מארק און פארקערט וועט מען עס רופן א בער מארק.
בערזעס און בערזע-מעקלערס
עס זענען פאראן דריי גרויסע בערזעס אין די פאראייניגטע שטאטן וועלכע זענען: די ניו יארק בערזע, די אמעריקן בערזע, און די נעסדעק. יעדע פירמע וועלכע וויל גיין אויפ'ן סטאק מארק מוז זיך רעגיסטרירן צו איינע פון די עקסטשעינדזשעס. צום ביישפיל די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש פארמאגט איבער 3,000 פירמעס אויף איר ליסטע וועלכע פארמאגן צוזאמען נאנט צו 250 ביליאן אקציעס וועלכע זענען ווערט בערך 10 טריליאן דאלאר. ווען איינער וויל קויפן א סטאק פון איינע פון די 3,000 וועט ער מוזן גיין צו די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש וועלכע איז ווי א געשעפט וואס פארקויפט פראדוקטן. פארשטייט זיך אז קיינער וויל נישט אראפפארן קיין ניו יארק אדער נעמען א באן קיין וואל סטריט צו קויפן א סטאק, נאר ער רופט אן א בראקער וועלכער איז א מענטש אדער פירמע וועלכער איז אויטאריזירט צו קויפן און פארקויפן סטאקס און ער האט די ערפארונג. עס זענען פאראן צענדליגער בראקער פירמעס אין אלע עקן פון לאנד, אריינגערעכנט די ריזן פירמעס ווי מעריל לינטש, טשארלס שוואב, און מארגן סטענלי. די בראקער פירמע האנדלט פאר מיליאנען מענטשן און פירמעס און מיט זייער ערפארונג ווייסן זיי וויאזוי צו האנדלן און ווען צו האנדלן. דער מענטש צאלט פאר דעם בראקער א קליינע אפצאל צווישן 10$ און 100$ אדער א פראצענט פון די טראנזאקציע, געוואנדן לויט די פירמע. הייטיגע צייטן האט די אינטערנעט איבערגענומען א גרויסע טייל פון די סטאק מארק האנדל און יעדער אינדיווידועלער מענטש קען אליינס האנדלן אויף סיי וועלכע סטאק דורך די אויטאריזאציע פון א אינטערנעט פירמע וועלכע גיט די סערוויסעס. כמעט אלע גרויסע בראקערס, בענק, און כלערליי אינטערנעט פירמעס גיבן די סערוויס און דער האנדלער קען באטראכטן די ווערט פון זיינע סטאקס 24 שעה א מעת לעת. עס זענען אפילו פאראן אזויגערופענע אף האוער טרעיד פירמעס וועלכע לאזן קויפן און פארקויפן סטאקס אפילו אינמיטן די נאכט ווען די מארק איז פארשפארט. אויסער די ארגינעלע סטאק מארק זענען פאראן אסאך "אווער די קאונטער" סטאקס וועלכע פארקויפן זיך איבער'ן לאנד. די סארט סטאקס זענען געווענליך אומפארלעסליך ווייל די פירמעס קענען געווענליך נישט דעגרייכן די סטאנדארטן וועלכע עס פארלאנגט זיך צו רעגיסטרירן מיט איינע פון די סטאק עקסטשעינדזשעס.
סטאק אפציעס
סטאק אפציעס איז א ספעציעלע סטאק האנדל צווישן פירמעס און אירע ארבייטער. זייער אסאך פירמעס, פריוואטע און פובליק, אפערן סטאק אפציעס פאר אירע ארבייטער פאר א געוויסע צאל אקציעסאקציעס אין א געוויסע צייט און געוויסער פרייז. עס זענען פאראן עטליכע סיבות פארוואס די פירמעס ווילן געבן סטאק אפציעס. ערשטנס ווילן זיי מיט דעם באקומען גוטע ארבייטער וועלכע וועלן זיך צוכאפן צו דעם געדאנק, און אינעם צווייטן טריט מאכט דאס דעם ארבייטער שפירן ווי ער איז א טייל פון די ביזנעס וויבאלד ער האט סטאקס פון די פירמע און דאס מאכט אים פלייסיגער ארבעטן. נאך א סיבה וואס ברענגט פירמעס צו אפערן סטאק אפציעס איז צו האלטן ווי מער קעש דורך געבן קאמפענסאציע אלס א שטילער טייל פון די געהאלט. די פירמעס באשטימען א ביליגערן פרייז פאר די סטאק אפציעס און דער ארבייטער קען נישט דעגרייכן די סטאק פאר א געוויסע צייט וועלכע איז באשטימט געווארן פון פאראויס. דאס גיט די פירמע א געלעגנהייט צו טרעפן ארבייטער מיט גוטע כשרונות וועלכע וועלן אויך וועלן בלייבן אין די פירמע אפילו אויב עס שמעקט זיי עפעס נישט צוליב די האפענונג פאר די ריוח וואס זיי וועלן באקומען פון די סטאק אפציעס. רוב פירמעס וועלן צעטיילן די סטאק אפציעס צו עטליכע יאר אז דער ארבייטער זאל נאר קענען קויפן די סטאק אפציעס צעטיילט אביסל יעדעס יאר און אזוי וועט ער וועלן בלייבן אין די פירמע פאר נאך א יאר און נאך א יאר. יעדע סטאק אפציע קומט מיט אן עקספירעישן דאטום ביז ווען מען קען עקסערסייזן די אפציעס דורכ'ן איבערטוישן די אפציעס צו עכטע סטאקס און דערמיט פארדינען לויט די סטאקס געוואוקס און די בענעפיט פון דער ביליגער פרייז וואס ער צאלט דערפאר. אין א פריוואטע פירמע וועט די באורד אוו דירעקטארס פון די פירמע מאכן א שטימע וועלכע זיי האלטן איז אייניג צו די פירמעס אינערליכע ווערט פון די שעיר און לויט דעם וועט מען געבן די סטאק אפציעס פאר די ארבייטער. פארשטייט זיך אז אויך סטאק אפציעס זענען אן איינשטעל. מען קען טאקע פארדינען אסאך געלט מיט די בענעפיט פון א ביליגע פרייז אבער אויב די פירמע גייט באנקראט אדער אויב זי הייבט אן פאלן וועלן די ארבייטער מיט סטאק אפציעס ארויסקומען מיט א דורכפאל.
וואל סטריט
ווען מען רעדט אדער לייענט פון סטאקס קומט שטענדיג אויפ'ן געדאנק דער טערמין "וואל סטריט" (ענגליש: Wall Street). יעדער וואס וואוינט אין ניו יארק איז שוין זיכער דארט געווען און אויב נישט איז כדאי צו כאפן א בליק אויף די עטליכע גאסן וואו די עקאנאמיע פון די וועלט ווערט געהאנדלט און אניליזירט. וואל סטריט געפינט זיך אונעם אונטערשטן טייל פון מאנהעטן (לאוער מאנהעטן) און איז די היים צו די וועלט'ס גרעסטע סטאק עקסטשעינדזש און פינאנציעלע געביידעס. וואל סטריט איז געגרינדעט געווארן אין 792' נאכדעם וואס א גרופע פון 24 מענער האבן אפגעהאלטן א היסטארישע מיטינג, באקאנט אלס די באטענוואוד אגרימענט, אין וועלכע זיי האבן באשלאסן צו עפענען א אפיציעלע סטאק עקסטשעינדזש געביידע וואו מענטשן וועלן קענען קומען האנדלן מיט סטאקס. זייער פלאן האט זיך גאר שנעל אויסגעארבעט און ביז א יאר דערויף האבן זיי געגרינדעט די ניו יארק סטאק עקסטשעינדזש וועלכע איז שפעטער קווארטירט געווארן אויף 11 וואל סטריט. וואל סטריט זעלבסט איז באקאנט אין די היסטאריע אלס איינע פון די וויכטיגסטע גאסן אין די אמעריקאנער געשיכטע וועלכע האט געדינט פאר די פעדעראלע רעגירונג ווען ניו יארק איז געווען אמעריקע'ס הויפט שטאט צווישן 785' און 790'. די גאס איז געבויט געווארן מיט שטארקע געביידעס און הויכע ווענט זיך צו באשיצן פון די אינדיאנער און איז שפעטער נאמינירט געווארן וואל סטריט. די ערשטע סטאק עקסטשעינדזש אין אמעריקע איז אויפגעשטעלט געווארן אין פילאדעלפיע אבער די פינאנציעלע ריזן אין וואל סטריט האבן איבערגענומען די קאנטראל פון אמעריקע'ס פינאנציעלע מארקס און ביז'ן היינטיגן טאג איז וואל סטריט געבליבן די וויכטיגסטע און פארנומענסטע פינאנציעלע ארט אין די וועלט. וואל סטריט טראגט מיט זיך א גלענצענדע היסטאריע פון צענדליגער זאטע יארן אין אמעריקע וועלכע זענען נאר געקומען א דאנק די אפטימיזם וואס דאס לאנד האט געהאט נאכדעם וואס וואל סטריט האט מצליח געווען נאכאנאנד. אבער וואל סטריט דערמאנט אויך פון עטליכע ביטערע טעג וועלכע האבן געלאזט א שטארקע עפעקט אויף די גאנצע עקאנאמיע אין אמעריקע. די ערשטע ערנסטע וואל סטריט קראך האט פאסירט אין 929' ווען די סטאק פרייזן זענען א לאנגע צייט בעפאר געווען 400 פראצענט העכער ווי זייער עכטע ווערט און עס האט אין א שיינעם טאג געפלאצט. עס איז געווען אקטאבער 23 אינדערפרי ווען די מארק האט זיך געעפענט מיט א פארלוסט פון 31 פראצענט. ביז אינמיטן טאג זענען אלע סטאקס געפאלן מיט איבער 49 פראצענט און עטליכע טעג דערויף איז די גאנצע סטאק מארק צוזאמענגעפאלן און אסאך בראקערס און אינוועסטירער האבן ארויסגעטאנצן פון די פענסטער צו זייער טויט צוליב די דעפרעסיע וועלכע האט דארט געהערשט. די שוידערליכע קראך האט עפעקטירט אמעריקע אין יעדעס ווינקל און דאס לאנד איז אריין אין א אפיציעלע דעפרעסיע תקופה וועלכע האט זיך ערשט געענדיגט אנהויב פון די צווייטע וועלט קריג. די צווייטע גרויסע קראך וועלכע א גרויסע טייל פון די ליינער וועלן געדענקן איז געווען אין 987' און איז שפעטער באקאנט געווארן אלס דער שווארצער מאנטאג. עס האט פאסירט אום אקטאבער 19 ווען די דאו דזשאונס איז געפאלן א שטוינענדיגע 508 פונקטן וועלכע איז געווען די גרעסטע פאל אין די סטאק מארק'ס היסטאריע. די וואל סטריט קאנטראלירער האבן פרובירט איינרעדן די וועלט אז עס איז געווען א קאמפיוטערייזד פראבלעם אבער עס האט גארנישט געהאלפן און אלע סטאקס האבן געטראסקעט היסטעריש איבערלאזנדיג א פארצווייפעלטע וועלט פון אינוועסטירער. די לעצטע בער מארק אויף וואל סטריט געדענקן מיר אלע. עס איז געווען ענדע זומער 00' נאך עטליכע יארן פון אומגעהויערע סוקסעס פון די אזויגערופענע דאט קאם פירמעס וועלכע זענען אויפגעשטאנען יעדן אינדערפרי און רייך געמאכט אסאך מענטשן דורך אויפגעבלאזענע ציפערן וועלכע די פירמעס האבן געקאכט אין זייערע ביכער נוסח ענראן און וואורלד קאם... די אויפגעבלאזענע מארק האט געקראכט און מיליאנען מענטשן האבן פארלוירן שווערע געלטער טראץ די פילע ווארענונגן פון עקספערטן וועלכע האבן א גאנצן זומער געווארנט אז די צייט וועט קומען. זינט יענעם סעפטעמבער איז נאך נישט געווען קיין ערנסטע מוצלח'דיגע טעג אין וואל סטריט אבער די וועלט איז אפטימיסטיש אז די גוטע צייטן וועלן צוריקקומען ספעציעל נאכדעם וואס די מארק האט איבערגעלעבט אמעריקע'ס אויפטרייסלונג אום סעפטעמבער דעם עלפטן.