אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:סובסטאנטיוו"
ק (רעדאַקטירונגען פֿון 2001:4CD0:AC49:323C:8E28:68:EE9:2C56 צוריקגענומען (רעדן) צו דער לעצטער ווערסיע פֿון וויקיפּעדלער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:30, 22 נאוועמבער 2022
א סובסטאַנטיוו אדער זאַכוואָרט (אויף ענגליש: noun) איז א ווארט וואס מען נוצט אנצורופן א מענטש, זאַך, פּלאַץ אדער באגריף, צום ביישפיל: טיש, בענקל, שטאט, מענטש, משה, בערל, לייכזיניגקייט און העראאיזם. דער זאכווארט איז דער עיקר באשטאנדטייל פון יעדער פראזע.
דאס קען פונקציאנירן אלס סוביעקט אדער אביעקט פון א ווערב.
דאס קען זיך טוישן ווי אזוי מען זאגט דאס צו לויט דער צאל, זאגט מען דאס בלשון רבים אדער בלשון יחיד (למשל, ווארט - ווערטער), צי פון לשון זכר צו לשון נקבה, צי בלשון פרט ווי ירושלים אדער בלשון כלל ווי שטאט.
דער ארטיקל
פאר א סובסטאנטיוו קען קומען אן ארטיקל (למשל א, אן אדער דער, די, דאס א.ד.ג.) ווי אויך אן אדיעקטיוו.
אויף יידיש האט יעדער סובסטאנטיוו א מין: לשון זכר (מענלעך), לשון נקבה (ווייבלעך) אדער לשון סתם (נייטראל). נישט נאר זאכן געהערן צו א מין נאר אפילו ערטער (לענדער, שטעט) האבן א מין. דער געוויסער ארטיקל טוישט זיך אין יידיש לויטן מין פונעם סובסטאנטיוו, למשל: דער טיש, דער פעטער, די טיר, די מומע, דאס פלייש, דאס בענקל.