אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נעוויל טשעמבערליין"
(אנפירער מוסטער; שאצקאנצלער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022
|
אַרטור נעוויל טשעמבערליין (דעם 18טן מערץ 1869 - דעם 9טן נאוועמבער 1940) איז געווען א בריטישער פאליטיקער, און פרעמיער מיניסטער,
ער איז געבוירן אין בירמינגהאם, ענגלאנד, צו אן אדעליגער ענגלישער פאמיליע. פון 1916 האט ער געדינט אין פארשידענע מיניסטערישע פאזיציעס, און ער איז געווארן דער פירער פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי. אין 1937 איז ער געווארן פרעמיער, און ער האט רעזיגנירט אין 1940, נאכדעם וואס דייטשלאנד האט אטאקירט פראנקרייך, האלאנד, און בעלגיע.
זיין פאליטיק
ער האט געהאלטן פון גיין מיט שלום, אזוי האט היטלער באקומען די צושטימונג פון די וועלטסמאכט, צו אנעקסירן סודעטנלאנד געביט פון טשעכאסלאוואקיי, ביי דער מינכן קאנפערענץ, נאך דער קאנפערענץ האט ער דערקלערט "'מיר האבן פארמיטן נאך א וועלט מלחמה'", וואס האט זיך גאנץ שנעל ארויסגעוויזן אלס נישט ריכטיג.
דאס זעלבע מיטן ווייסן פאפיר, נאכן אראבישן אויפשטאנד פון 1939-1936, און בריטישע קאמיסיעס זענען געקומען זען, ווי צו שליסן די אומרוען אין פאלעסטינע, און די לעצטע קאמיסיעס רעזאלוציע, פון נישט ארויף לאזן יידן קיין ארץ ישראל, א באגרעניצטע עליה, יידן טארן נישט קויפן אראבישע שטח, און נאך פארשידענע באגרעניצונגען, און ווי אויך דאס צוריק ציען זיך פון דער באלפור דעקלאראציע, אלס מיטן שלום, זיך נישט איינצורייסן מיט אנדערע פעלקער.
דעם 10טן מיי 1940, האט ער רעזיגנירט פון אמט אלס פרעמיער מיניסטער, נאכן דורכפאל פון דער בריטישער ארמיי, אויפן קאנטער אטאקע קעגן דייטשלאנד, אין נארוועגיע, און די בריטישע זעלנער האבן געמאכט א ריקצוג.
ווינסטאן טשערטשיל האט אים איבערגענומען, אבער דאס ווייסע פאפיר איז געבליבן ווי עס איז געווען, איידער טשערטשיל איז ארויף אויפן בענקל.
אין יענעם יאר האט מען געפונען די ביטערע מחלה, און ער איז אפערירט געווארן, אבער ער האט זיך נישט אויסקורירט, און ער האט רעזיגנירט פון דער קאנסערוואטיווער פארטיי פירערשאפט, און פון זיין אמט אין קאבינעט. אום דעם 9טן נאוועמבער 1940, איז ער געשטארבן פון זיין קראנקייט.
ער ווערט פאררעכנט אלס איינער פון די קאנטראווערסיעלע פאליטיקער פון דעם פאראייניגטן קעניגרייך.
פריערדיגער: ערשטער |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 1937 -1940 |
נאָכפאלגער: ווינסטאן טשערטשיל |
מוסטער:פרעמיער מיניסטארן פונעם פאראייניקטן קעניגרייך