אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נחום איש גמזו"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022
נחום איש גמזו איז געווען אַ תּנא אין ערשטן יאָרהונדערט, מסתּמא פֿון דער שטאָט גמזו (דערמאָנט אין דברי הימים ב' כ״ח). אין חגיגה י״ב װערט געזאָגט, אַז זײַן תּלמיד איז געװען רבי עקיבֿא, װעלכער האָט געלערנט בײַ נחום איש גמזו 22 יאָר. אין תּענית כ״א װערט געזאָגט, אַז דעריבער האָט מען אים גערופֿן איש גמזו, װײַל אױף אַלע פּאַסירונגען, אפֿילו אױף שלעכטע, האָט ער געזאָגט "גם זו לטובה" (אױך דאָס איז צום גוטן). די גמרא דאָרט אין תּענית ברענגט ספּורים װעגן אים. פֿאַראַן אַ מײנונג אַז ער איז נחמיה העמסוני, װעלכער איז אױך געװען דער רבי פֿון רבי עקיבֿא.
קוואַלן
- דער דאָזיקער אַרטיקל נעמט אַריין דעם טעקסט וואָס געפינט זיך אונטערן זוכוואָרט „נחום איש גמזו” אין דער ייִדישער פאָלקס־ענציקלאָפּעדיע (באַנד 2) (1949), וואָס איז היינט אינעם רשות־הרבים.