אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:נומערישער אנאליז"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:28, 22 נאוועמבער 2022

 

נומערישער אַנאַליז איז דער צווייג פון אנגעווענדעטער מאטעמאטיק וואס באהאנדלט די טעאריע און די אלגאריטמען פון געפינען נומערישע לייזונגען צו מאטעמאטישע פראבלעמען.

נומערישער אנאליז דערמעגלעכט רעכענען דעם אינטעגראל פון אלע סארטן פונקציעס, און לייזן גלייכונגען פון פאלינאם אדער טריגאנאמעטרישע פונקציעס. איינער פון די ערשטע נומערישע פראבלעמען צו ווערן געלייזט איז דער ווערט פון , די לענג פון דעם דיאגאנאל אין אן איינהייט-קוואדראט.

ביז דער תקופה פון קאמפיוטערס האט נומערישער אנאליז זיך פארלאזט אויף האנט רעכענונגען געשטיצט מיט ביכער פון נומערישע טאבעלעס. היינט אבער ווערט די ארבעט איבערגעגעבן צום קאמפיוטער.

פראקטיש ניצט מען נומערישן אנאליז אין אינזשעניריע, פיזישע וויסנשאפטן און עקאנאמיק.

וועבלינקען

מוסטער:מאטעמאטיק-שטומף