אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מערב אפריקע"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (Bot: Migrating 2 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q4412 (translate me))
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)

רעוויזיע פון 12:27, 22 נאוועמבער 2022

אפריקע צעטיילט אויף ראיאנען לויטן פאראייניגטע פעלקער , מיט מערב אפריקע גרין

מערב אפריקע איז א לאנדטייל אין מערב פון דעם קאנטינענט אפריקע וואס איז כולל די פאלגנדע לענדער:

די פאראייניגטע פעלקער שליסט איין אויך מאריטאניע און דעם בריטישן אינזל סאנט העלענע אין מערב אפריקע.

אין דער תקופה פון קאלאניאליזם איז כמעט דער גאנצער ראיאן געווען אונטער פראנצויזשיער הערשאפט.

געאגראפיע

מערב אפריקע איז דער ראיאן פון אפריקע וואס גרענעצט דעם אטלאנטישן אקעאן צו מערב און דרום, דעם סאהארא מדבר צו צפון, און אומגעפער די מערידיאן 10°E צו מזרח. זי באדעקט א שטח פון 6,140,000 קוואדראט קילאמעטער, א פינפטל פונעם אפריקאנער קאנטינענט. דער ראיאן איז מערסטנס פלאך, ביז 300 מעטער איבערן ים שפיגל, אחוץ א פאר הויכע בערג אין דרום פונעם ראיאן.

קולטור

רעליגיע

אין צענטער אין מערב פונעם ראיאן איז איסלאם די דאמינאנטע רעליגיע. אין די בארטנס פון ניגעריע, גהאנע און דעם בארטן פון העלפאנדביין זענען רוב מענטשן קריסטן. אויך זענען דא אסאך לאקאלע רעליגיעס.

ספארט

דער הויפט אפיציעלער ספארט איז פוטבאל.

היסטאריע

די היסטאריע פון מערב אפריקע ווערט צעטיילט אין פינף תקופות. די ערשטע באזעצער פונעם ראיאן זענען געקומען אין אוראלטע צייטן, וואס האבן אנטוויקלט לאנדווירטשאפט. אין דער אייזן עפאכע האבן געהערשט אימפעריעס וואס האבן געהאנדלט מיט אנדערע ראיאנען. אין דער דריטער תקופה זענען די אימפעריעס געווארן צעטיילט אויף קלענערע מדינות וואס זענען געווען פארבונדן מיט לענדער אינעם מיטל מזרח, אייראפע און אמעריקע. נאך דעם איז געקומען די קאלאניאליסטישע תקופה ווען פראנקרייך און בריטאניע האבן געהערשט איבערן ראיאן. די היינטיגע תקופה האט אנגעהויבן מיטן סוף פון קאלאניאליזם ווען די לענדער אינעם ראיאן האבן באקומען זייער זעלבסשטענדיקייט.


זעט אויך


רעפערענצן