אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מסכת אבות"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:26, 22 נאוועמבער 2022
מסכת אבות איז די ניינטע מסכתא אין סדר נזיקין אין משניות. די מסכתא האנדלט אין ענייני מוסר, מידות טובות און דרך ארץ.
אין משניות האט מסכת אבות פינף פרקים. צוזאמען מיט דער ברייתא פון קנין תורה, ווערט די מסכתא גערופן פרקי אבות, און איז געדרוקט אין סידורים מיט דעם נאמען, צו זאגן די זומער שבתים מנחה צייט.
אויף מסכת אבות איז נישט דא קיין גמרא, נישט אין בבלי און נישט אין ירושלמי; אויך איז נישט דא אין דער מסכתא קיין תוספתא. אבער ס'איז דא אין מסכתות קטנות א מסכתא אבות דרבי נתן, וואס פארברייטערט דעם אינהאלט פון דער מסכתא.
נעמען פון די פרקים אין דער מסכתא
- משה קיבל תורה מסיני.
- רבי אומר
- עקביא בן מהללאל אומר
- בן זומא
- בעשרה מאמרות נברא העולם
- קנין תורה: שנו חכמים בלשון משנה
אינהאלט פון דער מסכתא
אנדערש ווי אנדערע מסכתות, מסכתא אבות איז נישט קיין הלכות, די מסכתא איז נאר עוסק אין מוסר, דרך ארץ און מידות טובות, און אויף דעם האט רבא געזאגט[1] "האי מאן דבעי למהוי חסידא, לקיים מילי דאבות",
דאס מיינט - ווער עס וויל זיין א חסיד זאל איינהאלטן וואס שטייט אין פרקי אבות.
פירושים אויף מסכת אבות
- פירוש הר"ן
- הרב ישראל מאיר לאו, יחל ישראל אויף מסכת אבות
פארשידנס
דער ברטנורא זאגט אז וועגן דעם הייבט זיך עס אן מיט משה קיבל תורה מסיני, וויבאלד די גויים האבן אויך פארדידענע מוסר וואס זיי פארשטייען, וויל די משנה זאגן אז מסכת אבות איז א קבלה מהר סיני פונקט ווי אלע אנדערע מסכתות.
מסכתות ששה סדרי משנה | ||
---|---|---|
זרעים | ברכות (ב י) • פאה (י) • דמאי (י) • כלאיים (י) • שביעית (י) • תרומות (י) • מעשרות (י) • מעשר שני (י) • חלה (י) • ערלה (י) • ביכורים (י) | |
מועד | שבת (ב י) • עירובין (ב י) • פסחים (ב י) • שקלים (י) • יומא (ב י) • סוכה (ב י) • ביצה (ב י) • ראש השנה (ב י) • תענית (ב י) • מגילה (ב י) • מועד קטן (ב י) • חגיגה (ב י) | |
נשים | יבמות (ב י) • כתובות (ב י) • נדרים (ב י) • נזיר (ב י) • סוטה (ב י) • גיטין (ב י) • קידושין (ב י) | |
נזיקין | מסכת נזיקין: בבא קמא (ב י) • בבא מציעא (ב י) • בבא בתרא (ב י) • סנהדרין (ב י) • מכות (ב י) • שבועות (ב י) • עדיות • עבודה זרה (ב י) • אבות • הוריות (ב י) | |
קדשים | זבחים (ב) • מנחות (ב) • חולין (ב) • בכורות (ב) • ערכין (ב) • תמורה (ב) • כריתות (ב) • מעילה (ב) • תמיד (ב) • מדות • קינים | |
טהרות | כלים • אהלות • נגעים • פרה • טהרות • מקואות • נדה (ב י) • מכשירין • זבים • טבול יום • ידים • עוקצין | |
ב – א מסכתא וואס האט תלמוד בבלי י – א מסכתא וואס האט תלמוד ירושלמי
|