אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מנשה רובין"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(בילדער צוגעלייגט) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:26, 22 נאוועמבער 2022
רבי מנשה רובין זצ"ל (ה'תקנ"ה - ה'תרכ"א), רב אין ראפשיץ, וועסט גאליציע.
אפשטאם
רבי מנשה איז געבוירן אין יאר ה'תקנ"ה (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב אשר ישעיה רובין, רב אין ראפשיץ, באקאנט אלס דער רבי ר' אשר'ל. און צו זיין מוטער מרת רייצא א טאכטער פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב.
רבנות
רבי מנשה איז געווען דער ממלא מקום פון פאטער, רב אין ראפשיץ.
הסתלקות
רבי מנשה איז נפטר געווארן אין יאר ה'תרכ"א.
פאמיליע
זיינע קינדער:
- מרת שרה די ווייב פון הרב יצחק מארילעס (ה'תקע"ה (אומגעפער) - ה'תרנ"ב (אומגעפער) ), ממלא מקום פון שווער, רב אין ראפשיץ, א זון פון רבי שמעון יעראסלאווער.
- מרת שפרה די ווייב פון הרב יעקב יצחק הלוי ראטטענבערג אב"ד יעוואויניטש אן אייניקעל פון רבי מאיר מאפטא.
- מרת שיינדל די ווייב פון הרב ישכר בעריש אייכנשטיין (ה'תר"ח (אומגעפער) - כ"א ניסן ה'תרפ"ד), רב אין ווערעצקי, א זון פון הרב אלכסנדר סענדער יו"ט ליפא אייכנשטיין, רב אין זידיטשוב.
זיינע ספרים
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר