אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מנחם פרוש"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:26, 22 נאוועמבער 2022
מנחם פרוש (כ"ח אדר ב' ה'תרע"ו - ח' אדר ה'תש"ע), איז געווען א כנסת דעפוטאט פון יהדות התורה. ער איז א זון פֿון רב משה פרוש און דער פאטער פון כנסת דעפוטאט מאיר פרוש.
פרוש איז געבוירן אין ירושלים און האט געלערנט אין ישיבת עץ חיים. זײַן פאטער, משה פרוש, איז געווען פון די חשובע עסקנים אין דער עדה החרדית און איינער פון די גרינדער פון אגודת ישראל אין ארץ ישראל.
פאר דעם פילוג פון דער אגודה און דער עדה איז ער געווען גאר נאנט מיט הרב יוסף שיינבערגער מזכיר העדה, און צוזאמען דורך געפירט אלע מערכות למען קדושת ירושלים.[מקור פארלאנגט]
אין די 1970ער יארן האט ער אויפגעשטעלט דעם צענטראל האטעל (היינט פרימא פאלאס) אין ירושלים בשותפות מיט דזשא דער קצב. ווען דער ציבור איז געוואויר געווארן אז דזשא דער קצב איז א שותף פונעם מאפיא פירער מאיר לענסקי האט זיך געמאכט א סיכסוך צווישן פרוש און אים וועגן דעם האטעל. ענדלעך האט פרוש באוויזן אויסצופירן דעם סיכסוך פאר זיין אינטרעס.
ער איז נפטר געווארן זונטאג אוונט, ח' אדר תש"ע, געציילטע וואכן פאר זיין 94סטן געבורטסטאג, און מען האט אים באערדיגט אין הר המנוחות.[1]