אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מייקל זשעקסאן"
(אישיות מוסטער) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022
מײקל יאזעף זשעקסאָן (ענגליש: Michael Joseph Jackson; 29סטן אויגוסט 1958 - 25סטן יוני 2009) איז געװען אַן אַמעריקאַנער פּאָפּ־זינגער, מוזיקער, לידער־שרײַבער, טענצער, רעקאָרד־פּראָדוצירער, פֿאַרװײַלער, אַקטיאָר און כאָרעאָגראַף. ער איז באַקאַנט װי דער קעניג פֿון פּאפּ און האָט זײער אַ סך אָנהענגערס. ער האָט אָנגהױבן זײַן קאַריערע װען ער איז געװען 5 יאָר אַלט.זײַנע קאָמפּאַקטלעך זענען צװישן די מערסטע פֿאַרקױפֿטע אין דער געשיכטע פֿון "פּאָפּ-מוזיק". זײַן מוזיק-פֿילמען זענען נאָך גאָר פּאָפּולער אױפֿן אַמעריקאַנעם טעליװיזיע קאַנאַל MTV.
זשעקסן האט אנגעהויבן שפילן מיט זיינע עלטערע ברידע דזשעקי, טיטא, דזשערמען און מארלאן אין ״די זשעקסאן 5״ אין 1964. אין 1971, האט ער אנגעהויבן א סאלא קאריערע בלייבנדיק א מיטגליד אין די זשעקסאן 5. גינעס וועלט רעקארדס שרייבט אז ער דער מערסט דערפאלגרייכער פארוויילער אין דער היסטאריע. זשעקסאן ווערט אויך געדענקט פאר געבן געלט פאר צדקה ענינים.