אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מוכאמאד"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022
מוכאמאד (אראביש: مُحَمَّد, וואס מיינט בארימטער; 570 - 8טן יוני 632) איז דער נאמען פוןנעם גרינדער פון איסלאם וואס ווערט פאררעכנט ביי די מוסלמענער אלס דער לעצטער און חשוב'סטער נביא
ער איז געבוירן אין מעקא כ"ז ניסן ד'ש"ל ; 570 (לויט די סוניס), און געשטארבן י"א סיון ד'שצ"ב ; 632. זיין טאטע איז געשטארבן נאך איידער מוכאמאד איז געבוירן, און זיין מאמע איז געשטארבן ווען מוכאמאד איז געוועזן א קליין קינד, וואס דערפאר איז ער געהאדעוועט געווארן ביי זיין זיידן عبد المُطلب און דערנאך ביי זיין פעטער אבו טאליב أبو طالب. נאך דעם איז ער געווארן א סוחר.
ווען ער איז געווען 20 יאר אלט האט ער חתונה געהאט צו א רייכן ווייב خَديجة ווען זי איז געוועזן 40 יאר אלט און זיי האבן געבוירן א טאכטער מיטן נאמען פאטימא.
לויט דער איסלאמישער טראדיציע האט זיך מלאך גבריאל (جبريل) אנטפלעקט צו אים אין יאר ד'ש"ע ווען ער איז געווען 40 יאר אלט. דריי יאר שפעטער האט ער אנגעהויבן דרשנען אז מען דארף דינעם דעם איינציגן גאט.
אין 622 האט ער זיך געצויגן קיין מעדינע.
וועבלינקען
- קוראן אין יידיש. קוראן