אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מוח טויט"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
ק (בוט: מעביר קישורי בינויקי לויקינתונים - d:q223867)
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 12:25, 22 נאוועמבער 2022

מוח־טויט איז א קלינישער מצב ווען די מוח צעלן זענען שוין טויט אין אן אומאיבערקערלעכן אופן, אבער דאס הארץ קלאפט נאך, און דאס בלוט שטרוימט נאך אין די אדערן. צוליב דעם וואס דער מוח קאנטראלירט אויך דאס אטעמען, קענען מוח־טויטע מענטשן נישט אטעמען פון זיך אליין, נאר דורך א ראספיראטאר. אויב געט מען נישט פארן מענטש א מעכאנישער וואנטילאטאר, וועט דער מענטש מער נישט קענען אריינאטעמען אקסיגען און דאס הארץ וועט נאך א וויילע אויפהערן קלאפן צוליבן חסרון פון אקסיגען.

אין פילע לענדער פון דער וועלט, אריינגערעכנט אין די פאראייניגטע שטאטן און אין ישראל, ווערט מוח־טויט פאררעכנט פאר דער לעגאלער דעפעניציע פון טויט. די לעגאלע דעפעניציע איז בעיקר נוגע צו איינפלאנצן ארגאנען פון דעם טויטן מענטש אין א קראנקען.

מוח־טויט אין הלכה

פון דער גמרא[1] דארף לכאורה אויסקומען אז די נשמה ליגט אינעם אטעם פונעם מענטש. לויט דעם, איז מוח־טויט א ריכטיגע קריטעריע פאר טויט על פי הלכה. אבער אין דער חרדישער וועלט זענען רוב פוסקים אנטקעגן דעפינירן מוח־טויט אלס טויט. לאידך גיסא אין דער מאדערנע ארטאדאקסישער וועלט איז פארהאן חילוקי דעות אין דעם געביט און אזוי אויך ביי די רעליעגעזע ציונים, ווי דאס רוב פוסקים זענען נוטה יא צו פאררעכענען מוח־טויט אלס טויט על פי הלכה.

רעפערענצן