אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאכניווקא (חסידות)"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:24, 22 נאוועמבער 2022
מאכניווקא חסידות געהערט צו דער טשערנאבלער גזע. הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי האט געגרינדעט דעם הויף אין מאכניווקא, א שטעטל אין אוקראינע. דער היינטיקער רבי פירט זיין רעביסטעווע אין בני ברק, ישראל; ער איז אויך א בעלזער אייניקל און מען רופט דאס חסידות הײַנט מאכניווקא־בעלזא. מאכניווקא איז אן אפצווייג פון סקווער.
וויבאלד דער היינטיקער מאכניווקער רבי איז א בעלזער אייניקל, זענען צוגעקומען צו זיין חסידות בעלזער חסידים וואס האבן נישט מקבל געווען די רעביסטעווע פונעם היינטיקן בעלזער רבין. אחוץ דעם בית המדרש אין בני ברק, האבן זיי צוויי שטיבלעך און א ישיבה קטנה אין סטאמפארד היל, לאנדאן. אויך האבן זיי שטיבלעך אין ירושלים, בית שמש ביתר און אלעד, און אויך אין סאלפארד (מאנטשעסטער), אנטווערפן, בארא פארק און וויליאמסבורג.
ייחוס
די טשערנאבלער גזע האט געגרינדעט דער טשערנאבלער מגיד, הר"ר מנחם נחום טווערסקי, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות.
- הרה"צ מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל - מחבר פון „מאור עינים", תלמיד פון בעל שם טוב
- הרה"צ מרדכי טווערסקי, טשערנאבלער מגיד, זון פון מאור עינים - האט געהאט אכט זין וואס יעדער איינער האט געגרינדעט א גזע
- הרה"צ יצחק טווערסקי פון סקווירא, זון פונעם טשערנאבלער מגיד
- הרה"צ אברהם יהושע העשיל טווערסקי (1826-1886) פון סקווער, זון פון ר' יצחק
- הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי (ה'תר"ך- כ"ט אב ה'תרע"ז) פון מאכניווקא, זון פון ר' אברהם יהושע העשיל פון סקווער
- הרה"צ מנחם נחום טווערסקי פון סקווער-מאכניווקא (1880-1945) איידעם פון ר' יוסף מאיר פון מאכניווקא
- הרה"צ אברהם יהושע העשיל טווערסקי (כ"ד אדר ה'תרנ"ה - י' תשרי ה'תשמ"ח) פון מאכניווקא-בני ברק, זון פון ר' יוסף מאיר פון מאכניווקא
- הרה"צ יהושע רוקח (געב' כ"א טבת ה'תש"ט) , היינטיקער בעלזא מאכניווקער רבי פון בני ברק, אייניקל פון רבי יהושע רוקח פון יעראסלאוו, איידעם ביי ר' יוסף מאיר פון מאכניווקא[1]
- הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי (ה'תר"ך- כ"ט אב ה'תרע"ז) פון מאכניווקא, זון פון ר' אברהם יהושע העשיל פון סקווער
- הרה"צ אברהם יהושע העשיל טווערסקי (1826-1886) פון סקווער, זון פון ר' יצחק
- הרה"צ יצחק טווערסקי פון סקווירא, זון פונעם טשערנאבלער מגיד
- הרה"צ מרדכי טווערסקי, טשערנאבלער מגיד, זון פון מאור עינים - האט געהאט אכט זין וואס יעדער איינער האט געגרינדעט א גזע
ר' אברהם יהושע העשיל איז געווען מאכניווקער רבי 70 יאר, פון תרע"ז ביז תשמ"ח. במשך א לענגערער צייט אין ראטן פארבאנד האט ער מרביץ תורה געווען און פארשפרייט חסידות אקעגן דעם רצון פון די קאמוניסטישע אויטאריטעטן. נאכן צווייטן וועלט קריג האט די סאוועטישע רעגירונג אים געבעטן צו דינען אלס הויפט רב פון דער סאוועטן פארבאנד. ער האט אבער אפגעזאגט דעם אמט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך פירן לויט זייערע דעות. פאר דעם האט מען אים פארטריבן אין סיביר.
אין תשכ"ה האט מען אים ערלויבט צו פארלאזן דעם סאוועטן פארבאנד און ער האט געוואנדערט קיין בני ברק.[2]
רעפערענצן