אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:מאיר קרויס"
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
|
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:24, 22 נאוועמבער 2022
רבי מאיר קרויס איז געווען א סופר סת"ם אינעם דארף ראדוואנקא נעבן אונגוואר.
ער איז געווען א זון פון ר' יוסף דער שוחט פון דעם דארף סאמאטאר און זיין מוטער שרה (וואס האט חתונה געהאט בזיוו"ש צו רבי ישעי'לע קערעסטירער) א טאכטער פון רבי משה שמעון ראטה, רב אין דיורע, א זוהן פון רבי יואל צבי ראטה רב אין חוסט, בעל "בית היוצר".
רבי מאיר איז געווען אן איידעם ביי רבי וואלף יאסאוויטש (נאכמאוויטש) דער שוחט פון שטאט דאָבּראָן.
צום ערשט איז רבי מאיר געווען שוחט אין ראדוואנקא, אבער צוליב זיין פרומקייט האט ער נישט געוואלט אננעמען דעם פאסטן אויף שטענדיג. נאר ביז מען טרעפט א צווייטן און אויך נאר פאר עופות.
צוליב זיין גרויס יראת שמים און שיינע שריפט פלעגט מען קומען פון די גאנצע געגנט קויפן זיינע פרשיות.
ער פלעגט מקפיד זיין זיך צו טובל'ען בעפארן שרייבן א שם. און וויבאלד אינעם דערפל איז נישט געווען קיין מקוה, איז אויסגעקומען אז ווען ער האט געשריבן א ספר תורה פלעגט ער קענען גיין עטליכע מאל א טאג צופיס קיין אונגוואר.
ער איז געווען דער איינציגסטער אין שטעטל וואס איז געגאנגען מיט א שטריימל שבת און יו"ט.
ער איז געשטאנען צו דער רעכטער האנט פונעם ארטיגן רב, רבי משה ארי' ראזענבערג הי"ד.
א עדות האט דערציילט אז א קורצע צייט איידער מען האט אים אוועקגעפירט אויפן לעצטן וועג, האט ער ארויסגענומען א פלאש בראנפן מיט עטליכע גלעזלעך (וועלכע ער האט שטענדיג געטראגן מיט זיך) און אויסגערופן צו די ארומיגע יודן: "רבותי, איר זעהט דאך אז מען גייט אונז באלד אומברענגען אויף קידוש השם. נו, אז ס'איז אזוי באשערט, לאמיר כאטש מאכן א לחיים און עס טוהן בשמחה!"
זיינע קינדער
- החזן רבי משה שמעון קרויס פון אטאווא, קאנאדע.
- רבי יואל צבי קרויס ע"ה פון פתח תקווה.
- מרת רבקה רייכבערג, די ווייב פון רבי מענדל רייכבערג ע"ה, דער מציל פון קברי צדיקים ובתי חיים אין פוילן
- מרת גיטל ראזנצווייג ע"ה פון פתח תקוה.
- חנה פעסיל וועלכע איז אומגעקומען אין די קריג.
- שיינדל וועלכע איז אומגעקומען אין די קריג.