אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי מאיר משולם שפירא"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:24, 22 נאוועמבער 2022
רבי מאיר משולם שפירא זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תר"ף) פון לאנצהוט.
אפשטאם
רבי מאיר משולם איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), צו זיין פאטער הרב שמואל שפירא פון פרעמישלא א זון פון הרב צבי אלימלך שפירא, דער בני יששכר. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הרב נפתלי הערץ לאבין.
רבנות
רבי מאיר משולם האט זיך דערווייטערט פון רבנות און אלע אנדערע עפענטליכע אקטיוועטעטן, ער האט זיך פארנומען מיט דעם דריקען פון זיין זיידען'ס ספרים, דערפאר איז ער שטענדיג ארומגעפארן צוזאמען צושטעלן פנאמעראנטן, זיין מחותן און שוועסטער-קינד דער בלאזשאווער רב האט אים אויסגעהאלטן.
רבי מאיר משולם האט געדאוונט שחריתים ימים נוראים ביים בלאזשאווער רב.
הסתלקות
רבי מאיר משולם איז נפטר געווארן אין יאר ה'תר"ף (אומגעפער) .
פאמיליע
רבי מאיר משולם האט געהייראט מרת אסתר א טאכטער פון הרב פסח אייזענבערג, א זון פון הרב אברהם אייזענבערג רב אין אולינוב. זייער טאכטער:
- מרת חיה מינדל הי"ד (ה'תרל"ד (אומגעפער) - ה'תש"ג (אומגעפער) ), בזיווג ראשון די ווייב פון הרב יוסף שפירא, פון בלאזשאוו, א זון פון דעם בלאזשאווער רב. בזיווג שני די ווייב פון הרב צבי הירש האלבערשטאם, דער רודניקער רב.
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר