אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ליינוס פאלינג"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
ליינוס קארל פאלינג (ענגליש: Linus Carl Pauling; 28סטן פעברואר, 1901 - 19טן אויגוסט, 1994) איז געווען אן אמעריקאנער כעמיקער, ביאכעמיקער, שלום טוער און פארפאסער. ער איז געווען איינער פון די מערסט באאיינפלוסע כעמיקער אין דער היסטאריע און ווערט גערעכנט פון די וויכטיקסטע וויסנשאפטלער אינעם 20סטן יארהונדערט. פאלינג איז געווען איינער פון די גרינדער פון די פעלדער קוואנטן כעמיע און מאלעקולארישע ביאלאגיע.
פאלינג איז געווארן באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר כעמיע אין 1954, און מיטן נאבעל שלום פריז אין 1962. ער איז איינער פון נאר פיר מענטשן וואס האבן באקומען צוויי נאבעל פריזן (די אנדערע זענען מארי קירי, דזשאן בארדין און פרעדעריק זאנגער).
לעבנסגעשיכטע
פאלינג איז געבוירן געווארן אין פארטלאנד, ארעגאן. ווען ער איז געווען אלט 'ריי יאר האט די פאמיליע זיך געצויגן קיין אסוועגא.