אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לייב ניידוס"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
(וויקילינקען) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
לייב נײַדוס (1890, גראָדנע, איצט ווײַסרוסלאַנד – 1918, דאָרט) איז געווען א ייִדישער דיכטער. ער האָט דעביוטירט מיט אַ ליד אין וואַרשעווער "ראָמאַן-צײַטונג" אין 1907. בײַם דיכטערס לעבן זײַנען דערשינען צוויי זײַנע לידער-זאַמלונגען - "ליריק" (ווילנע, 1915) און "די פלייט פון פּאַן" (גראָדנע, 1918). שוין נאָך זײַן טויט, אין 1919 איז אין זײַן געבורטס-שטאָט דערשינען זײַן דריטע לידער-זאַמלונג "אינטימע ניגונים". חוץ דער אָריגינעלער דיכטונג האָט לייב נײַדוס איבערגעזעצט אין ייִדיש אַ סך מוסטער-ווערק פון דער וועלט-ליטעראַטור, בתוכם לידער פון שאַרל באָדלער, עטגאַר פּאָ, היינריך היינע, יאָהאַן וואָלפגאַנג געטע, אלכסנדר פּושקין, מיכאַיִל לערמאָנטאָוו אא.).
לידער
פון זײַנע ביכער
- אַלע ווערק אין 5 בענדער, וואַרשע, 1923 – 1928.
- אויסגעקליבענע שריפטן, בוענאָס-אײַרעס, 1972
וועבלינקען
- אַן אַרטיקל וועגן לייב נײַדוסעס לעבן און שאַפונג (אויף ענגליש)