אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לייב יפה"
ק (http://eleven.co.il => https://eleven.co.il) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:23, 22 נאוועמבער 2022
לייב (אריה לייב) יפה (רוסיש: Лейб Йоффе; 1876, גראָדנע – 1948, ירושלים) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער, איבערזעצער, רעדאַקטאָר און ציוניסטישער טוער.
לעבנסגעשיכטע
לייב יפה איז געבוירן געוואָרן אין גראָדנע, ווײַסרוסלאַנד (דעמלט – אין באַשטאַנד פון דער רוסלענדישער אימפּעריע). ער האָט באַקומען אַ ייִדישן חינוך, זיך געלערנט אין דער וואָלאָזשינער ישיבה. אין 1897 – 1901 האָט ער שטודירט פילאָסאָפיע אין אוניווערסיטעטן פון היידלבערג, פרײַבורג און לײַפּציג. אין 1906 אויף דער 3טער אַלרוסלענדישער קאָנפערענץ פון ציוניסטן אין העלסינפאָרס איז ער אויסדערוויילט געוואָרן אַלס מיטגליד פונעם צענטראַל-קאָמיטעט ווי אַ פאָרשטייער פון ווילנע. אויפן 8טן ציוניסטישן קאָנגרעס איז ער אויסדערוויילט געוואָרן אַלס מיטגליד פונעם אויספירלעכן קאָמיטעט. אין 1915 – 1917 האָט ער צוזאַמען מיט אלכסנדר גאָלדשטיין אַרויסגעגעבן די צײַטונג "יעוורייסקאַיאַ זשיזן" («Еврейская жизнь»). אין 1917 – 1919 איז ער געווען דער הויפּט-רעדאַקטאָר פונעם מאָסקווער פאַרלאַג "ספרות". אין 1919 איז לייב יפה אויסדערוויילט געוואָרן אַלס פאָרזיצער פון דער ציוניסטישער אָרגאַניזאַציע פון ליטע. אין ווילנע האָט ער אָנטיילגענומען אינעם אַרויסגעבן די צײַטונגען "לעצטע נײַעס", "ייִדישע צײַטונג" און "השבוע".
אין 1920 איז לייב יפה עולה געווען קיין ארץ-ישראל און גלײַך געוואָרן אַ רעדאַקטאָר פון דער צײַטונג "הארץ" און אין 1921 – 1922 איז ער געווען איר הויפּט-רעדאַקטאָר. זינט 1926 ביזן סוף פון זײַן לעבן האָט לייב יפה פאַרנומען דעם פּאָסטן פונעם דירעקטאָר פון קרן היסוד אין ירושלים. אין 1948 איז אריה לייב יפה אומגעקומען אין רעזולטאַט פונעם אויפרײַס פון אַ באָמבע, וועלכע איז אונטערגעלייגט געוואָרן דורך אַראַבישע טעראָריסטן אין דער געבײַדע פון דער ייִדישער אַגענטור אין ירושלים.
דעם נאָמען פון לייב יפה טראָגן גאַסן אין עטלעכע שטעט פון ישראל: ירושלים, באר-שבע, נתניה און רמת-גן, ווי אויך דער מושב תלמי-יפה אויפן דרום פון ישראל.
לייב יפה האָט געשריבן לידער אויף ייִדיש און אויף רוסיש. ער האָט איבערגעזעצט אין רוסיש און פאַרעפטנלעכט לידער פון יהודה לייב גאָרדאָן, יצחק לייבוש פּרץ, חיים נחמן ביאַליק און טשערניכאָווסקי.
זײַנע ביכער
- ליעדער פאַר'ן פאָלק: אַ זאַמלונג פון נאַציִאָנאַל יודישע פּאָעזיע; געזאַמלט און רעדאַגירט פון ל' יפה, אָדעס, "ציוניסטישע קאָפּיקע ביבליִאָטעק, תרס"ה. (אַנדערע אויפלאַגעס: אָדעס, תרע"א; אָדעס, תרע"ד; ווילנע, תר"פ).
- היימאַטס קלאַנגען, וואַרשע, "פאָלק און לאַנד, תרפ"ה.
- אויפגאַבע און טעטיגקייט פון קרן היסוד, ירושלים, "דפוס אחדות", תרצ"ג
- מימי האביב: פרקי זכרונות, ירושלים: דפוס עזריאל, תרצ"ח.
- אור זרוע: למלאת עשרים שנה למותו של ש' אנ-סקי, ירושלים: דפוס גולדברג, תש"א.
- על גבול תקופות, ירושלים: הלשכה הראשית של קרן היסוד, תש"ו.
וועבלינקען
- וועגן לייב יפה אין דער אנציקלופּדיה לחלוצי היישוב ובוניו ( אויף העברעיִש)
- וועגן לייב יפה אין דער ייִדישער עלעקטראָנישער ענציקלאָפּעדיע (אויף רוסיש)
- וועגן לייב יפה אויפן וועבזײַטל "לזכר האזרחים חללי פעולות האיבה" (אויף העברעיש) - http://laad.btl.gov.il/Web/He/Victims/111.aspx?ID=36439