אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:לולב"
ק (Bot: Migrating 8 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q1877187 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022
דער לולב איז איינע פון די פיר מינים וואס מען איז מחויב צו שאקלען אום סוכות (יעדן טאג אחוץ שבת), אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: וּלְקַחְתֶּם לָכֶם בַּיּוֹם הָרִאשׁוֹן, פְּרִי עֵץ הָדָר כַּפֹּת תְּמָרִים, וַעֲנַף עֵץ עָבֹת, וְעַרְבֵי נָחַל, וּשְׂמַחְתֶּם, לִפְנֵי יְהוָה אֱלֹהֵיכֶם שִׁבְעַת יָמִים" ויקרא כג מ .
די לולבים וואקסן אויף טייטלביימער. ביז די לעצטערע יארן פלעגט מען נעמען סתם לולבים, רוב דערפון פלעגן קומען פון על אריש און פון עגיפטן. לעצטנס זייט עס איז ערפונדן געווארען די באקאנטע דערי לולבים זײַנען מדקדקים במצות מקפיד צו ניצן דעם סארט לולב וואס זיי האלטן אים פאר װוּנדער־שײן.
טעם
מען שאקלט לולב כדי צו זיך דערוועקן מיט פרייד צו אפגעבן לויב און דאנק פאר די גוטע פלאנצן.
שמיטה פראבלעם
אין שנת ה'תשס"ח שנת השמיטה איז געווארן א פראבלעם ווייל וויבאלד די דערי לולבים זאלן ארויסקומען שיין און שטארק און הויך דארף מען דערויף ארבעטן א גאנץ יאר און וויבאלד רוב פון די דערי לולבים קומען פון ארץ ישראל טאר מען דאס נישט ניצן אזוי ווי א סך פוסקים האלטן אז נעבד וואס דאס מיינט ארבעטן אין שמיטה קען מען נישט יוצא זיין דערמיט.