אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי לוי יצחק היילפרין"
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:22, 22 נאוועמבער 2022
הרב לוי יצחק היילפרין (ה'תרצ"ד, 1933 - ט"ז חשוון ה'תשע"ט, 25סטן אקטאבער 2018) איז געווען א ירושאלמער רב, אן אויטאריטעט אין עניינים פון הלכה און טעכנאלאגיע. ער איז געווען איינער פון די גרינדער פון דעם "וויסנשאפט און טעכנאלאגיע אנשטאלט פאר הלכה" און זיין דירעקטאר.
ביאגראפיע
ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו רב חנניה יוסף היילפרין א ליובאוויטשער חסיד און א זיבעטער דור צום בעל התניא, און זיין ווייב בריינא. ער האט געלערנט אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, און אין דער תורת אמת ישיבה אין ירושלים.
הרב היילפרין איז געווען אנגענומען ווי א מומחה אין דער טעכאנאלאגישער אנטוויקלונג פון הלכה, און האט מיטגעטיילט אין רעדאקטירן דעם ווערט "חשמל" (עלעקטריע) אין דער תלמודישע ענציקלאפעדיע.[1] זיינע פסקי ההלכה אין די דאזיקע עניינים זענען פארעפנטלעך געווארן אין זיין שו״ת ספר, מעשה חוש"ב.
אין יאר 1968 האט ער געהאלפן אויפשטעלן דעם וויסנשאפטלעכן טעכנאלאגישען אנשטאלט פון שאלות אין הלכה אונטער פראפ' זאב לב.
הרב היילפרין האט געוואוינט אין דעם מקור ברוך פערטל אין ירושלים, ביז זיין פטירה מרחשון תשע״ט. זיין זון הרב אברהם משה איז דער רב פון קהל חסידים אין רמות, ירושלים, און ראב״ד פון דעם אונגוואר בית דין.