אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:כביש החוף"
ק (Bot: Migrating 6 interwiki links, now provided by Wikidata on d:q2072859 (translate me)) |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
כביש החוף אדער שאסיי צוויי, איז א שאסיי, אין ישראל וואס פארבינדט תל אביב, און חיפה, און די שטעט אינדערמיט, נתניה, הרצליה, חדרה, און זכרון יעקב.
דאס אויפשטעלן פון שאסיי האט זיך אנגעהויבן אין די 1950ער יארן, אנהייב צווישן תל אביב און נתניה, אין די נאכפאלגענדע יארן, איז די שאסיי פארלענגערט געווארן ביז קיסריה, און אין יאר 1969, איז די לעצטע טייל פון קיסריה ביז חיפה אויפגעבויט געווארן. די לעצטע טייל איז געבויט געווארן ווי א שנעל שאסיי, און די זכרון יעקב אפווענדונג, איז געווען די ערשטע וואס איז געבויט געווארן אין ישראל, דערנאך זענען אלע קרייץ וועגן, געטוישט געווארן צו שאסיי אפווענדונגען.
אין די 1980ער און 1990ער יארן האט ישראל שאסייען, פארברייטערט די שאסיי צווישן נתניה און תל אביב, צו דריי ליניעס אין יעדע ריכטונג, עס זענען דא פלענער צו פארברייטערן, צווישן נתניה און קיסריה, ווי די שאסיי האט צוויי ליניעס אין יעדע ריכטונג. די שאסיי נתיבי איילון, פלעגט ווערן פארעכנט אלס המשך צום שאסיי אין תל אביב. די מאקסימאלע שנעלקייט, איז ניינציק קילאמעטער פער שעה.
מערערע פלענער זענען פארהאן, צו פארברייטערן און פארבעסערן די שאסיי, אין חיפה וועט די שאסיי ווערן פארבינדן מיט די כרמל טונעלן שאסיי. ווי אויך איז געעפנט געווארן אין גלילות קרייצוועג, אן אפווענדונג צו נתיבי איילון, ווי אויך צו העכערן די קפ"ש צו 110 קילאמעטער, נאכדעם וואס די שאסיי וועט פארברייטערט ווערן. די לענג פון שאסיי איז 99 קילאמעטער.
עס איז לעצטנס באריכטעט געווארן אין ישראל, אז די שאסיי קען געטוישט ווערן צו א לופטפעלד, אין פאל פון אן עמערגענץ צושטאנד, דורכן לופט פלאט.