אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:ישראל יהושע זינגער"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
רעוויזיע פון 12:21, 22 נאוועמבער 2022
ישראל יהושע זינגער (1893 - 1944), באוואוסט מיטן פסעוודאנים י. י. זינגער, איז געװען אַ ייִדיש שפּראַך שרײַבער, א ברודער פֿון יצחק באַשעװיס זינגער. ער האָט געשריבן ראָמאַנען, דערצײלונגען און זיכרונות. ער איז געבױרן געװאָרן אין בילגארײ, פּױלן, און האָט געוואוינט אין װאַרשע. אין 1934 האט ער אױסגעװאַנדערט קײן אַמעריקע. ער האָט געאַרבעט בײַם פֿאָרװערטס. ווען ער איז אַלט געװען 51 יאָר איז ער געשטאָרבן אין ניו יאָרק.
ביאגראפיע
ישראל יהושע זינגער איז געבוירן אין בילגאריי, רוסיש פוילן אין 1893 צו זיין פאטער, הרב פינחס מענדל זינגער און זיין מוטער בתשבע זילבערמאן.
רשימה פֿון זינגערס װערק
אַ רשימה פֿון זינגערס װערק על־פּי דער נאַציִאָנאַלער ייִדישער ביכער צענטער אין אַמעריקע; בײַ יעדע בוך איז די דאַטע אַז עס איז ערשט דערשינען געװאָרן:
- לײמגרובן (1924)
- אױף פֿרעמדער ערד (1925)
- שטאָל און אײַזן (1927)
- נײַ-רוסלאַנד : בילדער פֿון אַ ריײַזע (1928)
- יאָשע קאַלב (1932)
- די ברידער אשכנזי (1937)
- חבר נחמן (1938)
- די משפחה קאַרנאָװסקי (1943)
- פֿון אַ װעלט װאָס איז נישטאָ מער (1946)
- װילי (1948)
- דערציילונגען (1949)