אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יצחק מאיר העשל (זשינקאוו)"
קפיצה לניווט
קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה |
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע) |
(קיין אונטערשייד)
|
רעוויזיע פון 12:20, 22 נאוועמבער 2022
רבי יצחק מאיר העשל זצ"ל (ה'תקל"ו - א' אדר ה'תרט"ו), פון זשינקאוו.
אפשטאם
רבי יצחק מאיר איז געבוירן אין יאר ה'תקל"ו, צו זיין פאטער הרב אברהם יהושע העשיל רב אין אפטא דער "אוהב ישראל", און צו זיין מוטער מרת חיה שרה א טאכטער פון הרב יעקב פון טיטשין.
רבנות
רבי יצחק מאיר איז געווען די רעכטע האנט פון זיין פאטער, פון יאר ה'תק"ס איז רבי יצחק מאיר געווארן רב אין קאלבאסאוו, יארן שפעטער האט ער אנגענומען דאס מגידות אין זשינקאוו. דאס וואוינען אין זשינקאוו איז אים זייער געווען צום הארצן וויבאלד ס'איז נישט געווען דארט קיין קירכע.
הסתלקות
רבי יצחק מאיר איז נפטר געווארן א' אדר ה'תרט"ו.
פאמיליע
רבי יצחק מאיר האט געהייראט מרת מירל ( - י"ג מנחם אב ה'תר"ד) א טאכטער פון הרב חיים יעקב שטראם רב אין דוקלא. זייערע קינדער:
- הרב משולם זוסיא העשל (ה'תקע"ג - ג' אלול ה'תרכ"ד), פון זשינקאוו.
- הרב מענדל העשל, ער האט געהייראט מרת חיה מלכה א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין.
- מרת רחל, די ווייב פון הרב שמואל אשכנזי פון קאלוש.
זעט אויך
רעפערענצן
- אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר