אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי יעקב פרידמאן"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
אין תקציר עריכה
 
ק (1 רעוויזיע אימפארטירט: אימפארטירט פון די יידישע וויקיפעדיע, זע ביישטייערער ליסטע)
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע פון 10:51, 22 נאוועמבער 2022

רבי יעקב פרידמאן (כ"ה חשוון ה'תרל"ח - י"ח חשוון ה'תשי"ז), פון הוסיאטין און תל אביב.

אפשטאם

רבי יעקב איז געבוירן אין באהוש כ"ה חשוון ה'תרל"ח [1], צו זיין פאטער הרב יצחק פרידמאן פון באהוש, א זון פון הרב שלום יוסף פרידמאן פון סאדיגורא, א זון פון הרב ישראל פרידמאן פון רוזשין, א זון פון הרב שלום שכנא, פון פראהבישטש, א זון פון הרב אברהם המלאך, דער חסד לאברהם, א זון פון הרב דוב בער, דער מעזריטשער מגיד. און צו זיין מוטער מרת שיינא רחל א טאכטער פון הרב דוד האגער פון זאבלאטאוו א זון פון אהבת שלום פון קאסאוו, און אן איידעם פון רבי משה לייב סאסאווער.

רבנות

נאך זיין חתונה האט רבי יעקב געגעסען קעסט ביי זייין שווער אין הוסיאטין, אין געזעצען אין געלערנט מיט איין אויסנאמע פלייסיגקייט, ווי איינער וואס קען זיך נישט אנזעטיגען. ביי די ערשטע וועלט קריג איז ער אריבער קיין פראנקפורט, און פון דארט קיין וויען. אין יאר ה'תרצ"ז איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צוזאמען מיט זיין שווער.

הסתלקות

רבי יעקב איז נפטר געווארן י"ח חשוון ה'תשי"ז, און ליגט אין טבריה.

פאמיליע

רבי יעקב האט געהייראט מרת חיה שרה רחל, א טאכטער פון הרב ישראל פרידמאן, פון הוסיאטין. זייערע קינדער:

  • מרת נחמה גיטל מרים, די ווייב פון הרב יעקב יהושע העשיל בוימינגער.

זעט אויך

רעפערענצן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • נר ישראל ח"ו בערכו (23)
  1. נר ישראל, א.ל.ג. ה'תרל"ט