אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "דרעפט:רבי צבי אלימלך האלבערשטאם"
(כ'האב פראבירט איבער שרייבען וואס ס'שטייט ביי די יידיש וויקיפעדיע, דאס וואס סאיז געלונגען ביז יעצט.) |
(קיין אונטערשייד)
|
יעצטיגע רעוויזיע זינט 16:53, 27 נאוועמבער 2025
| געבורט |
ב' חשוון ה'תשי"ג (יארגאנג: 73) פאראייניגטע שטאטן | ||||
|---|---|---|---|---|---|
| מדינה | ישראל | ||||
| וואוין ארט | נתניה | ||||
| ווייב | חיה שרה | ||||
| טאטע | רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם | ||||
| מאמע | חיה נחמה | ||||
| חותנים | רבי שמואל אלכסנדר אונסדארפער | ||||
| |||||
רבי צבי אלימלך האלבערשטאם (געב' ב' חשוון ה'תשי"ג; 21סטן אקטאבער 1952), איז דער צאנזער רבי, און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה פון אגודת ישראל.
ביאגראפיע
רבי צבי אלימלך איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תשי"ג אין די פאראייניגטע שטאטן. ער איז דער עלטסטער זון פון רבי יקותיאל יהודה האלבערשטאם, דער פריערדיגער קלויזענבורגער רבי און גרינדער פון דער קרית צאנז געגנט, און מרת חיה נחמה, טאכטער פון רבי שמואל דוד אונגאר, אב"ד נייטרא. ער איז "נשיא" פון די מוסדות התורה והחינוך פון "צאנז", צווישן זיי דער לאניאדא שפיטאל און דאס גרויסע "מפעל הש"ס העולמי", און א פאר ישיבות אין קהילות אין אלע שטעט אין ארץ ישראל, אין אויך די קהילות "שפע חיים" אין אמעריקע, אויפן נאמען פונעם צאנז-קלויזנבורגער רבי זי"ע. אויך האט ער קהילות אין ענגלאנד און אין אנטווערפן.
אין יאר ה'תשע"ב צוליב די ענגשאפט אין דעם צאנזער שיכון פון נתניה, לויט זיין אנווייזונג, איז אויפגעשטעלט געווארן די געגנט 'קריית צאנז' אין דער שטאט טבריה. אין דער נייער געגנט וואס באשטייט הויפטזעכליך פון יונגע פארפעלקער, די בוי גייט אן ווייטער, און לויטן אורשפרינגליכן פלאן די געגנט וועט אנטהאלטן 400 וואוינוגען.
זיין חסידות ציילט נאנט צו צווי און אהאלב טויזנט ראשי משפחות.
משפחה
רבי צבי אלימלך האט געהייראט אום ראש חודש אלול, ה'תש"ל מרת חיה שרה, א טאכטער פון רבי שמואל אונסדארפער אב"ד ראשית חכמה מאנטריאל. זייערע קינדער זענען:
- רבי יחזקאל שרגא ברוך - אב"ד קריית צאנז, האט געהייראט מרת מינדל צירל, די טאכטער פון זיין פעטער יצחק אריה לייבוש היילפרין.
- רבי יוסף משה דוב - אב"ד צאנז אין אמעריקע, אנפירער פונעם נעצווערק פון צאנזער ישיבות, האט געהייראט מרת שרה לאה, די טאכטער פון זיין פעטער הרב אשר אנשיל לעמבערגר פון מאקאווא אלעד-נתניה.
- רבי אברהם - אב"ד צאנז טבריה, און משפיע אין דער ישיבה קטנה ביי קרית צאנז נתניה. ער האט געהייראט מרת נחמה אסתר, א טאכטער פון רבי אברהם שלום ישכר דוב ליפשיץ-האלבערשטאם פון סטראפקאוו
- רבי מאיר משולם, האט געהייראט מרת ברכה, טאכטער פון זיין פעטער הרב יעקב אליהו אונסדארפער.