אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "רוי:רבי נפתלי הורוויץ (פאקשיווניץ)"

פון המכלול
קפיצה לניווט קפיצה לחיפוש
(קרדיט + קטגוריות)
 
(13 מיטלסטע ווערסיעס פון 4 באַניצער נישט געוויזן.)
שורה 1: שורה 1:
'''רבי נפתלי הורוויץ זצ"ל''' ([[ה'תר"ל]] - [[י' חשוון]] [[ה'תרצ"ב]]), רב אין [[פאקשיווניץ]], [[פוילן]].
#ווייטערפירן [[רוי:רבי יחיאל הורוויץ#פאמיליע]]
 
==אפשטאם==
 
'''רבי נפתלי'ש''' איז געבוירן אין [[פאקשיווניץ]] אין יאר [[ה'תר"ל]] <small>(אומגעפער)</small>, צו זיין פאטער '''[[יחיאל הורוויץ]]''', רב אין [[פאקשיווניץ]], א זון פון הרב [[מאיר הורוויץ]] פון [[דזשיקאוו]], ''דער [[אמרי נועם]]'', א זון פון הרב [[אליעזר הורוויץ]], באקאנט אלס ''רבי אליעזר'ל דזשיקאווער'', א זון פון הרב [[נפתלי צבי הורוויץ]], ''דער ראפשיצער רב''. און צו זיין מוטער מרת '''מרים''' די טאכטער פון הרב [[דוד האלבערשטאם (קשאנאוו)|דוד האלבערשטאם]], ''דער [[קשאנאוו]]ער רב'', א זון פון ''דעם דברי חיים''.
 
==רבנות==
 
אין יאר [[ה'תרנ"ב]] <small>(אומגעפער)</small> ווען מען האט פארטריבן אלע פרעמדע בירגער פון [[קאנגרעס פוילן]], איז '''רבי נפתלי'ש''' געווען געצווינגען צוריק צוקומען קיין [[גאליציע]] צוזאנמען מיט זיין פאטער, און זיי האבען זיך באזעצט אין [[טארנא]]. אין יאר [[ה'תרס"ט]] איז '''רבי נפתלי'ש''' צוריק קיין [[פאקשיווניץ]], אין געפאדערט דאס רבנות אלס [[חזקה]], דאגעגען האבען די גערער און קוזמירער חסידים און אויך דזשיקאווער חסידים נישט געהאטלטען אז ער איז געניג פעהיג דערצו, ס'האט אויסגעבראכען א שווערע קריגעריי צווישן די צוויי זייטן, אזוי ווייט אז איינער האט נישט געגעסען ביים אנדערען. נאך די [[ערשטע וועלט קריג]] האט זיך די קריגעריי אפגעשטעלט און '''רבי נפתלי'ש''' איז געווען רב ביי אלעם.
 
==הסתלקות==
 
'''רבי נפתלי'שס''' איז נפטר געווארן [[י' חשוון]] [[ה'תרצ"ב]], און ליגט אין [[טארנא]].
 
==פאמיליע==
 
'''רבי נפתלי'שס''' טאכטער מרת '''חנה שרה''' האט געהייראט הרב '''משה העשעל''', ''דער קאפיטשניצער רבי'', א זון פון הרב '''יצחק מאיר העשעל''', רב אין קאפיטשניץ זי איז נפטר געווארן [[כ"ט ניסן]] [[ה'תשל"ד]].
 
==רעפערענצן==
* ''אנציקלופדיה לחכמי גליציה'', מאיר וונדר
<references/>
 
[[קאַטעגאָריע:דזשיקאוו]]
[[קאטעגאריע:אומבאקוקט]]
[[קאטעגאריע:אויף יידיש]]  
{{קרד/ויקי/יידיש}}

יעצטיגע רעוויזיע זינט 00:15, 2 יאנואר 2025